1/4
  • RDN online

אויפברויז: פאליציי אויספארשונג אויף חתונה אין סערט-וויזניץ

ווי ברייט באריכטעט איז נעכטן נאכט אפגעראכטן געווארן די גרויסע שמחת החתונה פון עלטסטן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסערט-וויזניץ שליט"א, מיט די חתן אייניקל פון האדמרוי"ם מביאלא און קאפישניץ שליט"א. די חתונה איז געפראוועט געווארן ברוב פאר והדר אין גרויסן 'היכל הטישן' דחסידי סערט-וויזניץ אין שטאט חיפה, ווען אלע באטייליגטע האבן אויסגעפאלגט אלע געזונטהייט רעגולאציעס וואס ווערט פארלאנגט דורך די מדינת ישראל געזונהייט-באאמטע. היינט האט די ארטיגע פאליציי געמאלדן אז די חתונה איז פארגעקומען קעגן די געזעץ און זיי וועלן דורכפירן א גרונטליכע אויספארשונג ווער עס האט אנגעפירט די גרויסע חתונה. די מעלדונג האט אויסגערופן גרויס אויפברויז ביים אלגעמיינעם חרדיש'ן ציבור, נאכדעם וואס אין די זעלבע נאכט איז אויך פארגעקומען א גרויסע פארזאמלונג דורך פרייע יונגען אויף די גאסן פון חיפה אנדעם וואס זיי זאלן אויספאלגען סיי וועלכע געזונטהייט מאסנאמען און אויף יענע פארזאמלונג איז גארנישט געהערט געווארן.