1/4
  • RDN online

'שבתא דריגלא' אין סאדיגורא

דעם שבת פרשת כי תצא איז באשטימט געווארן אלס 'שבת התאחדות' פון כלל חסידי סאדיגורא פון איבער אלע שטעט אין גאנץ ארה"ק, וועלכע רעכענט אריין: ירושלים, בני ברק, ביתר, אשדוד און נאך. אויף דעם צוועק ארבעטן די עסקנים רונדער דעם זייגער אהערצושטעלן דעם גיגאנטישן 'שאטער' וועלכע געפונט זיך הארט נעבן ביהמ"ד הגדול אין בני ברק, כדי צו קענען אקאמאדירן די טויזענטע חסידים ואנשי מעשה וואס זענען ערווארטעט מיטצוהאלטן דעם 'ערשטן טיש' ביי כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א. אין די פארלאפענע טעג האבן זיך הונדערטע יודן איינגעשריבן פאר 'אש"ל' און צענדליגע יודן וועלן זיך עקסטער מטריח זיין און קומען צו פארן מיט די משפחות קיין בני ברק, לחזות בנועם ה' ולבקר בהיכלו.


די קלאפ איז גאר טיף און די וואונד איז נאך אפן, שטייענדיג נאך די הסתלקות פון כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא זצ"ל, אבער די חסידים טרייסטן זיך אז ברוך השם לא השבית לנו גואל און דער רבי זצ"ל האט איבערגעלאזט נאך זיך בנו יקירו וממלא מקומו כ"ק מרן אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א, וועלכע איז באקאנט נאך פון יונגווייז אן מיט זיין קדושה און צדקות, וואס טוט ווייטער אנפירן די עדה הקדושה ביתר שאת וביתר עוז. אויף שב"ק זענען ערווארטעט אין בני ברק די קינדער און איידימער פון כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא זצ"ל. טראצדעם וואס כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא-ירושלים שליט"א האט געמאלדן אז ער וויל שטארק מיטהאלטן דעם שבת, האט אים די ברודער דער רבי שליט"א געבעטן אז ער זאל זיך נישט מטריח זיין, נאר פארבלייבן אין ירושלים און אנפירן די ארטיגע ביהמ"ד וועלכע ער האט נארוואס איבערגענומען.