1/4
  • RDN online

הגאון ר' שאול אלתר שליט"א באזוכט ביי כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א

היינט איז פארגעקומען א שמחת הברית לבן אחד מחסידי הגאון רבי שאול שליט"א בביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א אין בית וגן. דער חסיד האט מכבד געווען דעם גאון שליט"א מיט סנדקאות, אבער דער גאון האט נשט מסכים געווען, זאגענדיג אז אין שטוב פון רבי'ן שליט"א דארף מען מכבד זיין דעם רבי'ן. דער חסיד האט פרובירט צו ערקלערן אז דער אמשינוב'ער רבי שליט"א האט מסכים געווען און ער זאגט כסדר אז מ'דארף מכבד זיין מיט סנדקאות אזא איינער פון וועמען מען שעפט תורה ויראת שמים דורכאויס די יאר, און ער האלט אז דער ראש ישיבה שליט"א איז זיין מורה דרך בעבודת ה'. דער גאון שליט"א האט מיט דעם אלעם נאכאלץ נישט געוואלט מסכים זיין.


ביז דער חסיד האט זיך דערמאנט אז ער האט בר מצוה געהאט צוזאמען מיט זיין צווילינג ברודער מיט צענדליגע יארן צוריק. ביי די דעמאלטיגע בר מצוה איז דער ראש ישיבה שליט"א זיך געקומען באטייליגן ביי די שמחה בשליחות אביו הגדול הרה"ק בעל פני מנחם מגור זי"ע, אבער האט נאר מיטגעברענגט 'איין מתנה' פאר איין בר מצוה בחור. ווען דער ראש ישיבה האט דאס דעמאלט באמערקט, האט ער צוגעזאגט אז ער וועט נאך משלים זיין צו געבן א מתנה פאר'ן צווייטן בר מצוה בחור אויך. - "איך בין דער צווייטער בר מצוה בחור, און דער ראש ישיבה האט מיר נאכנישט אפגעגעבן א מתנה. כ'וויל אז דער ראש ישיבה זאל דינען אלס סנדק, און דאס וועט זיין גערעכענט ביי מיר, ווי די גרעסטע מתנה וואס דער ראש ישיבה קען מיר נאר געבן!"... - האט דער חסיד אויסגעפירט.