1/4
  • RDN online

טעגליכע נייעס באריכט מאנטאג נצבים-וילך


שמחת החתונה פון החתן יונגסטע זון ביי כ"ק אדמו"ר מדעעש-רמות שליט"א, מיט הכלה נכדת כ"ק אדמו"ר ממעליץ שליט"א, די שמחה קומט פאר אין זאל בית יעקב הישן אין ירושלים.

שמחת הבר מצוה פון הבחור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות צבי ספינקא שליט"א בן לבנו הרה"ג משה יעקב הורוויץ שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מנחלת אהרן שליט"א, די שמחה קומט פאר אין ביהמ"ד תולדות צבי ספינקא אין וויליאמסבורג.

שמחת השבע ברכות לבן הגה"צ ר' יוסף ארנסטר שליט"א אב"ד אלכנסדר-ב"פ, מיט די כלה בת הרה"ג ר' יעקב פעלדמאן שליט"א – אין זאל הילמאן פלאזא אין ב"פ צוגעשטעלט דורך די אלכסנדר קהלה.

שמחת בית אלעסק - ציעשנוב: שמחת החתונה פון החתן בן הרה"ג צבי הירש אשכנזי שליט"א ראש ישיבת באר התורה סאטמאר בן כ"ק אדמו"ר מאלעסק שליט"א חתן הגה"צ אב"ד ווייטצען זצ"ל, מיט הכלה בת הרה"ג שמואל אליעזר טייטלבוים שליט"א בן הרה"צ ר' ירמי' שליט"א חתן הגה"צ ר' לייבוש רובין שליט"א מציעשנוב, די שמחה קומט פאר אין זאל פון כרם מנחם אין בארא פארק.

שמחת בית ראחמסטריווקא - סטרעליסק - סוליצא פאראקאוועי - טארטיקוב: שמחת החתן-מאל פון החתן אור-אייניקל פון כ"ק האדמורי"ם מראחמסטריווקא און סטרעליסק שליט"א בן הרה"ג ר' מרדכי רובין שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסוליצא-פאראקאוועי שליט"א חתן הרה"צ ר' בערל טווערסקי שליט"א, מיט הכלה בת הרה"ג חיים שלמה הורוויץ שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסטריזוב זצ"ל חתן הרה"ג חיים יהושע באב"ד שליט"א מטארטיקוב, די שמחה קומט פאר אין ביהמ"ד הגדול ראחמסטריווקא אין בארא פארק.

שמחת בית סערט ויזניץ - ביאלה - קאפיטשניץ - אודווארי: שמחת החתונה פון החתן בן הרה"ג ר' יוסף ראבינאוויטש שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מביאלה שליט"א, וחתן כ"ק אדמו"ר מקאפיטשניץ שליט"א, מיט הכלה בת הרה"ג יואל איתמר קרויז שליט"א, בן הגה"צ גאב"ד אודווארי שליט"א, חתן כ"ק אדמו"ר מווערדאן זצ"ל, וחתן כ"ק אדמו"ר מסערט ויזניץ שליט"א, די שמחה קומט פאר אויף א פריוואטע פארנעם.

שמחת הבר מצוה פון אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מדאראג שליט"א, בן לבנו הרה"צ ר' מרדכי אברהם ראזענפעלד שליט"א חתן הגה"צ ר' אהרן לייב מילאוויצקי שליט"א, די שמחה קומט פאר אין ביהמ"ד הגדול דאראג אין בני ברק.

שמחת השבע ברכות פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסלונים שליט"א, די כלה א טאכטער ביי בנו הצעיר הרב מרדכי ברזובסקי שליט"א, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מבאסטאן שליט"א. - די שמחת השבע ברכות קומט פאר אין זאל פון סלונים אין ביתר עילית, צוגעשטעלט דורך דער זיידע כ"ק אדמו"ר מבאסטאן שליט"א וועלכער איז אנגעקומען צוגאסט קיין ארץ הקודש לכבוד די שמחה.

כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א קומט היינט אן קיין בארא פארק אויפנעמען דעם ציבור לקראת די ימים נוראים, און וועט זיך אויך באטייליגן ביי די מסיבה לטובת 'קופת אבני חסד' וואס קומט פאהר אין שטוב פון הר"ר משה כהנא הי"ו.

מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א קומט היינט אן קיין ביתר אויפצונעמען קהל חסידיו לקראת די ימים נוראים.

כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א קומט היינט אן קיין מאנסי, וואו דער רבי שליט"א וועט אויפנעמען דעם ציבור לקראת די ימים נוראים, בבית מדרשו אין שטאט.

כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א וועט היינט פארמיטאג אנקומען צום בית החיים מאונט יהודה אין סייפערס היללס קווינס, צו פוקד זיין דעם ציון פון זיין פאטער הרה"צ ר' יוסף ברוך פנחס ראבינאוויטץ זצ"ל זון פון כ"ק אדמו"ר מסקאליע זצ"ל, לרגל די יארצייט.

כ"ק אדמו"ר מבארנוב שליט"א קומט היינט אן קיין פלעטבוש אויפצונעמען דעם ציבור לקראת די ימים נוראים, אין שטוב פון הגה"צ ר' צבי אלימלך רוקח שליט"א אבד"ק בערטש.

די יערליכע דינער לטובת כוללי אור מרדכי דחסידי וויזניץ אין שטאט לאנדאן, עס קומט פאר אין די עדן זאל אויף קלעפטאן קאממאן, אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פון לאנדאן.

כ"ק בעל עמק התשובה קארלסבורג שליט"א לאזט זיך היינט ארויס אויפן וועג צוריק קיין ניו יורק, נאכן זיך אויפהאלטן די לעצטע וואכן אין אתרא קדישא מירון.

היינט געפאלט די יארצייט פון הרה"ק בעל שפת אמת מברעזאן זי"ע - כ"ק אדמו"ר מברעזאן שליט"א וועט אפרעכטן דעם יארצייט טיש בבית מדרשו אין ירושלים.