1/4
  • RDN online

טעגליכע נייעס באריכט דינסטאג כי תצא


שמחת בית וויזניץ – קאסאני – ביקסאד: חתן מאהל פון החתן א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פון מאנסי, א זון ביי בנו בן הגה"צ ר' משה האגער שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פון מאנסי, חתן כ"ק אדמו"ר מביקסאד שליט"א, מיט הכלה בת הגה"צ ר' חיים מאיר טווערסקי שליט"א אבד"ק אוסטילא אין עירמאונט, בן הגה"צ ר' אברהם דוב טווערסקי שליט"א אב"ד ראחמיסטריווקא מאנסי, וחתן כ"ק אדמו"ר מקאסאני שליט"א, די שמחה קומט  פאר אין ביהמ"ד הגדול וויזניץ אין מאנסי.

שמחת בית תולדות אהרן - טאהש - דעעש ב"ב - יעמרינג: שמחת התנאים פון החתן בן הרה"ג יואל יחיאל קאהן שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א, מיט הכלה בת הרה"ג יחזקאל פאנעט שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מדעעש-ב"ב שליט"א חתן הגה"צ אב"ד יעמרינג שליט"א, די שמחה קומט פאר אין מאנסי.

שמחת הבר מצוה פון א אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, א זון ביי הרב ישכר בער ראזענבוים שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מסטראזיניץ לאנדאן שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ ר' יחזקאל שרגא בראך שליט"א ראש הכולל דחסידי תולדות אברהם יצחק אין ירושלים עיה"ק. – די שמחת הבר מצוה קומט פאר אין סטראזיניצע בית המדרש אין לאנדאן.

עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן בן הרב טווערסקי שליט"א אדמו"ר מטריסק-מאנסי בן הגה"צ ר' דוד משה טווערסקי שליט"א מטריסק-לונדון חתן הגה"צ  ר' אריה וואגשאל אבד"ק ראדעמושלא-מאנסי שליט"א, מיט בת ר' יוסף מאיר לויפער שליט"א

כ"ק אדמו"ר מויזניץ שליט"א וועלכע האט זיך אויפגעהאלטן די לעצטע חודש אין ניו יארק לכבוד עטליכע משפחה שמחות, קערט זיך היינט צוריק למעונו אין בני ברק.


כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א וועט היינט פארמיטאג נאך תפילת שחרית ארויפגיין צום ציון אביו כ"ק אדמו"ר בעל תורת מרדכי מוויזניץ זצ"ל אין בעפארברייטונג צו די שמחת החתונה פון אן אייניקל מארגן מיטוואך. אזוי אויך וועט דער רבי שליט"א פוקד זיין דעם ציון הק' פונעם שווער הגה"צ אבד"ק אוהעל זצ"ל לרגל די יארצייט וואס געפאלט היינט ה' אלול, ומנוחתו כבוד אויפן וויזניצע בית החיים אין מאנסי.


מעמד סיום סדר מועד במסגרת חבורת לימוד "זכרו" שע"י קהל חסידי סאטמאר, עס קומט פאר אין סאטמארע בית המדרש אין ירושלים עיה"ק, אין שפיץ פונעם רב הקהילה הגה"צ ר' חיים הערש טייטלבוים שליט"א וועלכער איז צוגאסט די טעג אין ירושלים בקרב בני קהילתו.


ניחום אבלים: הגה"צ ר' משה וואלפסאן שליט"א רב דקהל אמונת ישראל און משגיח אין תורה ודעת, זיצט שבעה בביתו נאוה קודש אין בארא פארק, צו די פטירה פון זיין רעבעצין ע"ה.

היינט געפאלט די זיבעטע יארצייט פון כ"ק אדמו"ר בעל חוקי חיים משומרי אמונים זצ"ל, די קינדער און אייניקלעך כ"ק האדמורי"ם שליט"א וועלן ארויפגיין צום ציון הק' אויפן הר הזתים און אפרעכטן די יארצייט סעודות בבית מדרשם.


היינט געפאלט די יארצייט פון הרה"ק ר' דוד צבי שלמה מלעלוב זי"ע, נכדיו כ"ק האדמורי"ם שליט"א לבית לעלוב וועלן אפרעכטן די יארצייט סעודות בבית מדרשם.


היינט געפאלט די יארצייט פון הגה"צ ר' אלעזר מייזליש זצ"ל אב"ד אוהעל – א יארצייט סעודה קומט פאהר אין ביהמ"ד אוהעל אין מאנסי.

היינט געפאלט די יארצייט פון הרה"ק בעל זרע שמשון זי"ע – א יארצייט סעודה קומט פאר אין ביהמ"ד זרע שמשון אין בארא פארק.

לקיים בנו חכמי ישראל: דער ציבור ווערט געבעטן מתפלל זיין לרפואת הגה"צ המשפיע רבי יצחק משה ארלאנגער שליט"א וועלכע גייט היינט אדורך א קאמפלעצירטע אפעראציע אויף די הארץ: מרן יצחק משה בן חיה חוה לרפו"ש.