1/4

אנטסמיטישע אינצידענט איבער'ן לויה פון כ"ק אדמו"ר מתולעת יעקב זצ"ל

טויזענטע תושבי וומסב"ג וואס האבן נעכטן באגלייט דעם ארון הקודש פון כ"ק אדמו"ר מתולעת יעקב זצ"ל זענען ערשטוינט געווארן זיך אנצוטרעפן מיט אן אומגערופענעם גאסט: דער הויעכגעשעצטע מעיאר פון ניו יורק סיטי' מעיאר ביל דיבלאזיא. לויט ווי דיבלאזיא האט געשריבן אין א מעסעדזש האט ער ערהאלטן באריכטן איבער א גרעסערע צוזאמקום אין וומסב"ג וועלכע טוט איגנארירן די סאושעל דיסטעסינג רעגולאציעס, און כדי דאס צו באשטעטיגן איז ער אליינס אראפגעקומען צו די סצענע בכבודו ובעצמו, עס מיטצוהאלטן מיט די אייגענע אויגן. דער מעיאר האט אויסגעפירט מיט א שארפע מעסעדזש געוואנדן צו די אידישע געמיינדע, אז פון היינט און ווייטער האט זיך געענדיגט דאס באנוצן בלויז מיט ווארענונגען און די פאליציי וועלן אנהייבן אונטערצונעמען גאר שטרענגע שריט ווי טיילן טיקעטס פאר די אלע וואס פארלעצן די רעגולאציעס, וועלכע רעכענט אריין גרעסערע צוזאמענקומפטן און גיין מיט א מאסק. א שטורעם איז געשאפן געווארן אין די אלגעמיינע גאס נאכפאלגענדיג די שארפע רעאקציע פון דיבלאזיא וועלכע איז באצייכענט געווארן דורך א רייע חרדישע פאליטיקאנטן אלס 'אנטעסימיש-געשטימט' צוליב דעם וואס דער מעיאר האט באזונדער אויסגעלייגט א נאסע ליילעך אויף חרדישע יודן אז זיי זענען פון די איינציגסטע געמיינדעס וועלכע טוהן נישט אויספאלגען די געזעצן.

אויך די קהלה פון 'תולעת יעקב' אין וומסב"ג האבן ארויסגעשטעלט אן 'אנטשולדיגונג' בריוו ווי זיי טוהן קלארשטעלן אז זיי האבן געארבעט איבערמידלעך אז די לויה זאל אפגעהאלטן ווערן לויט די רעגולאציעס, נאר צוליב דעם וואס דער רבי זצ"ל איז גאר פארהייליגט ביים ציבור איז די זאך ארויס פון קאנטראל. דורכאויס די היינטיגע טאג איז געזעהן געווארן א פארשטערקערטע פאליצייאישע וואך איבער גאנץ וומסב"ג און די פאליציי טוהן פארטיילן טיקעטס אין גרויסן פאר די אלע וואס פארלעצן סיי וועלכע פון די רעגולאציעס וועלכע רעכענט אויך אריין גיין מיט א מאסק אויפן פנים. די עסקנים בעטן אז מ'זאל אויספאלגען אלע רעגולאציעס און זיך נישט ארומשפילן, כדי נישט גורם זיין א חילול השם און פארשידענע אנדערע קאנצוקווענצן און ווייטערדיגע פראבלעמען.