1/4

טעגליכע נייעס באריכט מיטוואך אחרי קדושים



פארשידנס:

היינט איז פאררופן געווארן א 'יום תפלה והתעוררות' לרפואתו השלימה פון כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א וועלכע ליידט די לעצטע טעג פון א שוואכקייט. כלל חסידי סאדיגורא וועלן אינאיינעם זאגן גאנץ תהילים בשעה פיהר אזייגער אין ארה"ק.

***

כ"ק אדמו"ר מקאליב ארה"ק שליט"א האט באשטימט דעם היינטיגן טאג אלס 'בר בי רב' ווי איינגעפירט דורך הרה"ק הסבא קדישא מקאליב זי"ע אז די טאג ווען עס איז נישט דא קיין ארבעט זאלן די ארבעטסלייט אויסנוצן דעם טאג אויף פארשידענע תורה פראגראמען און דורכדעם וועלן זיי נתקרב ווערן צו אידישקייט.

***

כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א וועט היינט אויפטרעטן מיט 'דרשת פתיחת הזמן' פאר אלע בחורי הישיבות און אברכי הכולל אויפן טעלפאן.

***

כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א האט נעכטן אויפגעטראטן מיט 'דרשת פתיחת הזמן' דורכ'ן טעלעפאן פאר אברכי הכולל סקולען אין מונטיראל.

***

מיט דערלייכטערונג איז אויפגענומען געווארן אז כ"ק אדמו"ר מגלאגוב שליט"א איז שוין ב"ה באפרייט געווארן פון שפיטאל נאכן זיין פארשלאפט די פארלאפענע חודש אין א קריטישע צושטאנד. דער רבי שליט"א וועט זיך אויפהאלטן אויף אפרוה אין לעיקוואוד. דער ציבור איז ווייטער מתפלל אויף די גענצליכע ערהוילונג פון רבי'ן שליט"א.




שמחת:

שמחת בית סקווירא: שמחת הנחת תפילין פאר אן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א בן הרב לייבוש טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אבד"ק נעפלעמיץ שליט"א חתן הרה"צ ר' אהרן מענדל שליט"א - עס קומט פאהר אויף א פריוואטע פארנעם בביתו נאוה קודש.

***

שמחת בית תולדות אברהם יצחק: עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון הכלה אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א בת לחתנו הגה"צ ר' ישראל אברהם אלטר קרויז שליט"א אב"ד קערעסטיר-מאנסי בן כ"ק גאב"ד אודווארי שליט"א (אור אייניקל פון הרה"ק מווערדאן זי"ע), מיט די חתן בן הרה"ג ר' שלום פסח גרינבערג שליט"א בן הגה"צ ר' אשר זעליג זצ"ל - ראש ישיבת שער אפרים.

***

שמחת בית פאלטישאן: עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן בן הרב אלעזר לאנדא שליט"א בן הגה"צ אבד"ק עדעלין-קערעסטיר שליט"א חתן הגה"צ ר' משה יחזקאל לויפער שליט"א מדזיקוב-וומסב"ג, מיט די כלה בת כ"ק אדמו"ר מפאלטישאן שליט"א.

***

עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן בן הרב ישראל יעקב טירנואר בן הגה"צ ר' אלימלך טירנויער שליט"א מחוסט מווסמ"ב חתן הגה"צ ר' סיני מלוביצקי שליט"א, מיט די כלה אור אייניקל פון הגה"צ ר' יחזקאל וואגשאל שליט"א לרפו"ש אב"ד לאנצהוט-ב"פ, בת הרב יוסף אברהם ווייסמאנדל שליט"א בן הגה"צ ראש ישיבת נייטרא שליט"א חתן הרה"ג ר' מנשה פילאף שליט"א.




בקשו רחמים:

לקיים בנו חכמי ישראל, כלל ישראל ווערט געבעטן צו מתפלל זיין לרפואת כ"ק אדמו"ר מוויזניץ-בית שמש שליט"א וועלכע איז אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל. די דאקטוירים געבן איבער אז דער רבי געפונט זיך שוין אין א בעסערע געזונט-צושטאנד און וועט היינט באפרייט ווערן פון שפיטאל: מרן ברוך שמשון בן סימא מירל לרפואה שלימה. ***

כלל ישראל ווערט געבעטן מתפלל צו זיין לרפואת הגה"צ המקובל רבי אהרן מרדכי רוטנער שליט"א חבר בד"ץ מחזיקי הדת ומשב"ק הרה"ק מבעלזא זי"ע, וועלכע איז אריינגעפירט געווארן אין שפיטאהל און געפונט זיך אין א שווערע געזונט צושטאנד. הרה"צ אהרן מרדכי בן חנה לרפואה שלימה.

***

כלל ישראל ווערט געבעטן מתפלל צו זיין לרפואת הגה"צ אבד"ק מיהאלדי שליט"א וועמענס מצב הבריאות האט זיך גאר שטארק פארערגערט הרה"צ אברהם עמרם בן הענדל ריזל לרפואה שלימה.

***

השתדלו והרבו תחינה, כלל ישראל טוט מתפלל זיין און מעורר זיין רחמי שמים לרפואת הגה"צ ר' יצחק מרדכי מייזעלס שליט"א אבד"ק מאורות נתן ראדאוויץ אין בלומינגראוו, וועלכער געפונט זיך שוין עטליכע וואכן אין א שווערע געזונט צושטאנד, און איז אנגעוויזן אויף תפילות ישראל, הגה"צ ר' יצחק מרדכי בן הענדיל רייזל לרפואה שלימה.

ניחום אבלים: 

הגה"צ ר' משה מנחם ווייס שליט"א אבד"ק קיט"ל סאטמאר לאנדאן, זיצט שבעה צו די פטירה פון זיין ברודער הרב החסיד ר' אהרן ווייס ע"ה מחשובי חסידי פאפא אין וויליאמסבורג, ער זיצט ביי זיך אין שטוב אין לאנדאן. אזוי אויך זיצט שבעה די שוועסטער הרבנית תליט"א אשת הגה"צ ר' שמואל בערגער שליט"א אבד"ק מישקאלץ, ביי זיך אין שטוב אין וויליאמסבורג.

***

הגה"צ ר' ישראל חיים פריעדמאן שליט"א אבד"ק ספינקא אין בעיסוואוטער זיצט שבעה צו די פטירה פון הרבנית הצדיקת מרת רייזל פריעדמאן ע"ה, טאכטער פון הגה"צ אבד"ק דזיבוי זצ"ל, עס זיצן שבעה אויך אירע ברידער הגה"צ אבד"ק דזיבוי מאנטריאל שליט"א, און הגה"צ ר' מנשה כ"ץ שליט"א דומ"ץ פריימאן. יעדער איינער ביי זיך אין שטוב.

***

צו די הסתלקות פון כ"ק אדמו"ר מתולעת יעקב שליט"א זיצן שבעה זיין חשובע ברודער כ"ק אדמו"ר מתפארת יחזקאל שליט"א, די שוועסטער הרבנית תליט"א אשת כ"ק אדמו"ר מתולדות צבי ד'ספינקא שליט"א, הרבנית תליט"א אשת כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף-קרית גת זצ"ל. און זיינע חשובע קינדער: הרה"צ ר' משה יוסף שליט"א חתן הגה"צ אב"ד לאדאני שליט"א, הרה"צ ר' יחזקאל שרגא שליט"א דומ"ץ קרית טאהש חתן כ"ק אדמו"ר מהאדאס שליט"א, הרה"צ ר' אליעזר שליט"א פון אנטווערפן חתן האדמו"ר מפרעמישלאן-אנטווערפן שליט"א, הרה"צ ר' יואל זוסמאן שליט"א חתן האדמו"ר מספינקא-ק"י, הרה"צ ר' אלימלך שליט"א פון מונטריאל חתן בן הגה"צ ר' יוחנן וואזנער שליט"א ראב"ד סקווירא. זיינע חשובע איידימער: הרה"צ ר' שלום ראטה שליט"א בן כ"ק בעל עמק התשובה מקארלסבורג שליט"א, הרב יחזקאל שרגא לאנדא שליט"א בן הגה"צ אבד"ק עדעלין-קערעסטיר שליט"א, הרב זלמן לייב קאהן שליט"א בן הגה"צ אבד"ק סענדזארש שליט"א, הרב חיים פסח יונגער שליט"א בן הגה"צ אב"ד יראים-מאנסי שליט"א און הרב יואל פישער שליט"א.


יארצייט:

היינט ביינאכט געפאלט די 104'טע יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק ר' אליעזר חיים מיאמפאלי זי"ע - נכדו כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א וועט ארויפגיין צום ציון הק' אין בראנסוויל און אפרעכטן דעם סעודת הילולא בבית מדרשו. נכדו כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א פון 48 וועט אפרעכטן דעם סעודת הילולא בביתו אין ב"פ.