1/4

טעגליכע נייעס באריכט ערב שבת במדבר


חמול עלינו וטפינו: שטייענדיג אין א שעת חירום ווען אחינו בני ישראל ליגן על ערש דוי און אזוי אויך איז דא א גרויסע סכנה אויף חינוך הבנים והבנות צוליב דעם וואס די רעגירונג ערלויבט נאכנישט צו עפענען די בתי חינוך וואס יעדן טאג איז עס א געוואלדיגע היזק לחינוך צאצאינו. דעריבער איז היינט פרייטאג באשטימט געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אלס 'יום תפלה ותחנונים' ווי מ'וועט זאגן פרק רביעי שבתהילים און תפלת השל"ה למען הכלל והפרט.


דעם שבת ווערט אפגעצייכענט די 'איין-און-אכציגסטע' יום הבהיר פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א. יאריך ימים על ממלכתו.

כ"ק אדמו"ר מערלוי שליט"א וועט דאווענען תפלת שחרית ביים כותל המערבי. דער רבי שליט"א וועט זיך ארויסלאזן שבת פארטאג'ס פון זיין שטוב אין קטמון אויפן וועג צום כותל און דאווענען ביים נץ החמה.



כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א וועט וויילן אויף שבת אין שטאט הר יונה.


כ"ק בעל עמק התשובה מקארלסבורג שליט"א וועט וועעלן אין אתרא קדישא מירון.

מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א וועט וויילן אין שטאט חצור למנוחת הנפש.


כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א וועט וויילן אין עיה"ק צפת אויף אפרוה אין שטוב פון הנגיד הרבני יעקב שלום פישר הי"ו.


כ"ק אדמו"ר מפינסק קרלין שליט"א וועט וויילן אין אתרא קדישא מירון.

דעם שבת קומט פאר די עליה לתורה פון החתן נכד כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א בן לחתנו הגה"צ ר' יואל מאסקאוויטש שליט"א אב"ד מאור הגולה מאנטריאל בן הגה"צ ר' יצחק אלעזר מאסקאוויטש שליט"א משאץ - די שמחה קומט פאר אין אין חצר פון ביהמ"ד מאור הגולה אין מונטריאל.


דעם שבת קומט פאר די קידושא רבה פאר דאפעלטע אור-אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א בת הרה"ג ר'  יחזקאל גאלדמאן שליט"א בן לחתנו כ"ק אדמו"ר מזוויהל שליט"א חתן בנו הרה"צ ר' יצחק טווערסקי שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א.


שמחת השלום זכר פון אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א בן לבנו הרב ישראל גאלדשטיין שליט"א חתן הגה"צ ר' אברהם חיים שטיינווארצעל שליט"א ראש ישיבת שערי יושר ואב"ד מטה אפרים - עס קומט פאהר אין לעיקוואוד.


שמחת הקידושא רבא פון אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א בת לחתנו הרב מנחם נחום הורוויץ שליט"א אייניקל פון כ"ק אדמו"ר ממעליץ-וומסב"ג שליט"א.


שלום זכר פון אור-אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסאסוב שליט"א נכד לבנו בכורו הרב ליפא טייטלבוים אב"ד סאסוב ב"פ חתן הרה"צ רבי שלום אליעזר טייטלבוים אב"ד סאטמאר 15, בן לבנו הרב חיים צבי טייטלבוים - אין בית המדרש סאסוב אין בורו פארק.


שלום זכר פון אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסקולען-לעיקוואוד שליט"א בן לחתנו הרב משה שפיגל שליט"א – אין ביהמ"ד סקולען אין לעיקוואוד.


דעם שבת ווערט אפגעצייכענט די שבת פאר די יארצייט פון הרה"ק בעל מנחת אלעזר ממונקאטש, בעל אהבת ישראל מויזניץ, בעל אמרי אמת מגור זי"ע.


שמחת השלום זכר פון אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מטשערנוביל שליט"א בן לחתנו הרב חיים מאיר טווערסקי שליט"א בן הרה"צ ר' נחמן יוסף טווערסקי שליט"א חתן הרה"ק בעל תורת מרדכי מויזניץ זצ"ל – אין שטוב פון זיידן האדמו"ר מטשרנוביל בב"ב 

שמחת השלום זכר פון אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מוויזניץ-לונדון שליט"א בן לחתנו הרב חיים מאיר שטרנבוך שליט"א בן הגה"צ ר"ב שטרנבוך אב"ד ויזניץ ברכפלד חתן הגר"מ ארנסטר ר"י ויזניץ – אין ביהמ"ד ויזשניץ אין לונדון.

הקידושא רבה פון אור-אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א נכדה לחתנו ר' אפרים אהרן למברגר שליט"א, בת לבנו ר' אברהם יחיאל יצחק שליט"א חתן הרב פרץ טוביה דייטש שליט"א פון בית שמש – אין ביהמ"ד תוא"י אין ירושלים.

עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן בן הרה"צ המשפיע ר' אהרן טויסיג שליט"א, מיט הכלה בת הרה"צ ר' זושא הורוויץ שליט"א רב קהל חסידים אלעד.


עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן בן כ"ק אדמו"ר מראחוב שליט"א, מיט הכלה בת הרה"ג ר' יהושע אשר ראבינאוויטש שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מקאלאשין שליט"א חתן הגה"צ ר' דוד שווימער שליט"א דומ"ץ ויזניץ-ב"ש.


עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן בן כ"ק אדמו"ר מדינוב-ביתר שליט"א, מיט הכלה בת הרה"צ ר' יוסף מאיר פאנעט שליט"א מקאסאן-ירושלים.

דעם שבת ווערט אפגעצייכענט די שבת פאר די יארצייט פון הרה"ק בעל מנחת אלעזר ממונקאטש, בעל אהבת ישראל מויזניץ, בעל אמרי אמת מגור זי"ע.


היינט נאכט געפאלט די יארצייט פון הרה"ק רבי מאיר מפרימשלאן זי"ע, נכדיו כ"ק האדמורי"ם לבית קרעטשניף און נדבורנה שליט"א וועלן אפרעכטן די יארצייט סעודות ביי די עריכת השולחנות.