1/4

צום דריטן מאל: האדמו"ר מויזניץ אין מירון‎

אויפן וועג אהיים פון חצור, האט האדמו"ר מויזניץ נישט געקענט אויסלאזן דאס געלעגנהייט און אריינכאפן נאך א תפלה ביים ציון הק' אין אתרא קדישא מירון. דאס התקשרות פון הרה"ק בעל אמרי חיים זי"ע צום הייליגן תנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי איז אומבאשרייבליך און נאר די עלטערע חסידי ויזניץ ווייסן פון וואס דאס רעדט זיך. זיי זאגן אז אט די התקשרות זעהט מען אויך ביי זיין אייניקל יבדלחט"א מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א וועלכע איז היינט אנגעקומען קיין אתרא קדישא מירון צום דריטן מאל זינט לג' בעומר!