1/4

לברך ולהתברך

היינט נאכט און מארגען נאך תפלת מעריב, וועט זיין א געלעגנהייט פאר חסידי ויזניץ וועלכע וואוינען אינדרויסן פון שיכון ויזניץ, בני ברק זיך צו קענען וואונטשן 'גוט יו"ט' ביים רבי'ן, נאכדעם וואס זיי וועלן נישט זיין ערלויבט מיטצוהאלטן דעם יו"ט אין בני ברק צוליב די עפעדעמיע. 

היינט נאכמיטאג וועט זיין א געלעגנהייט פאר כלל בחורי גור 'אדורכגיין' און זיך וואונטשן 'גוט יו"ט' ביים רבי'ן לקראת חג השבועות וועלכע דער רבי שליט,א וועט פראווענען פריוואט הייפיאר צוליב די עפעדמיע. נעכטן זענען 'אדורכגעגאנגען' די צענדליגע טויזענטע ילדי התלמודי תורה דחסידי גור בארה"ק.