1/4

טעגליכע נייעס באריכט מאנטאג שלח


מיט גרויס פרייד נעמט ארום חסידי אמשינאוו אין בארא פארק, ווען כ"ק אדמו"ר מאמשינאוו שליט"א פון בארא פארק וועלכע וואוינט אין ארה"ק, לאזט זיך היינט ארויס אויף די 'ערשטע באזוך' קיין ניו יורק נאכ'ן איבערנעמען די כתר האדמורו"ת. דער רבי שליט"א וועט דורכאויס די וואך באוזכן בבתי אדמורי"ם שליט"א און פראווענען דעם שבת שלח, די תפלות און טישן אין ביהמ"ד אמשינאוו אין בארא פארק.


די איינוואוינער אין די נייע חרדישע געגענט אין גרינוויל, דזשערסי סיטי האבן אויפגענומען מיט גרויס פרייד איבער די עפענונג פון די ערשטע חסידישע הויף אין שטאט און דאס באזעצונג פון די 'ערשטע רבי' אין דזשערסי סיטי. אין די יעצטיגע טעג האט זיך אריבערגעצויגן קיין 'דזורסי סיטי' הרה"צ ר' פנחס משה טווערסקי שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא-פלעטבוש זצ"ל און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א. בעז"ה אויף דעם שבת שלח וועלן זיך עפענען די טויערן פון די נייע 'ביהמ"ד סקווירא גרינוויל' בנשיאות כ"ק אדמו"ר מסקווירא-גרינוויל שליט"א.


כ"ק אדמו"ר ממעזיבוזש שליט"א וועט היינט אפרעכטן א טיש לכבוד כג' סיון ביים קבר ישמעאל כהן גדול. דערנאך וועט דער רבי אנקומען אויף א תפלה ביים קבר התנא יהודה ב"ר אילעאי און דערנאך אין אתרא קדישא מירון להיפקד בדבר ישועות ורחמים.


מעמד הקמת המציבה על קברו פון הגה"צ ר' אברהם משה קרויס זצ"ל מטאפלאטשאן, אויפן ביה"ח אין קרית יואל.


מעמד התחלת כתיבת ספר תורה לזכרו פון הגה"צ ר' יוסף אשר אנשיל לעמבערגער זצ"ל אבד"ק מאקאווא אלעד - אין ביהמ"ד מאקאווא אין אלעד אין שפיץ פון עלטסטן ברודער כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א.

כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א וועלכע האט זיך אויפגעהאלטן די פארלאפענע וואך אין לונדון לכבוד די חתונה פון אן אייניקל, קערט זיך היינט צוריק למעונו אין וויליאמסבורג.

אין ירושלים האט זיך דעם שבת געעפענט די נייע 'ביהמ"ד לעלוב' אין די עזרת תורה געגענט בנשיאות כ"ק אדמו"ר הרה"צ ר' שמואל שמעלקא בידערמאן שליט"א יונגסטע זון פון כ"ק אדמו"ר ר' משה מרדכי מלעלוב זצ"ל.

שמחת בית סקולען: שמחת השבע ברכות פון החתן נכד כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א בן לחתנו הגה"צ ר' יואל מאסקאוויטש שליט"א רב דביהמ"ד מאור הגולה מאנטריאל, בן כ"ק הגה"צ ר' יצחק אלעזר מאסקאוויטש שליט"א משאץ, מיט הכלה דאפלטע אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, בת  הגה"צ ר' מרדכי פינחס טווערסקי שליט"א ראש ישיבת עסק התורה ראחמיסטריווקא, בן הגה"צ ר' דוד משה טווערסקי שליט"א, וחתן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ-קיימישא שליט"א - אין ביהמ"ד סקולען אין בארא פארק.

שמחת בית ראחמיסטריווקא: שמחת הבר מצוה פון א דאפלטע אור-אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א בן הרב יוחנן טווערסקי שליט"א בן לחתנו הגה"צ ר' מנחם נחום (נחומ'קע) טווערסקי שליט"א בן הגה"צ ר' יהושע העשיל טווערסקי זצ"ל וחתן בנו הרה"צ ר' ישעי' זושא טווערסקי שליט"א חתן הגה"צ ר' אברהם דוב טווערסקי שליט"א אב"ד ראחמיסטריווקא מאנסי – אין ראחמיסטריווקא בית המדרש אין בארא פארק.

שמחת בית תולדות אהרן: שמחת התנאים פון נכד כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, בן לבנו בכורו הרה"צ ר' ישראל יוסף שליט"א, מיט הכלה אייניקל פון כ"ק אדמו"ר ממישקאלץ שליט"א בת הרה"ג ר' ישראל בערגער שליט"א אב"ד מישקאלץ ירושלים - די שמחה קומט פאר אין ביהמ"ד מישקאלץ אין פתח תקוה.

שמחת בית פיטסבורג - לעלוב: שמחת התנאים פון החתן בן הרה"צ המשפיע רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב מיט הכלה נכדת כ"ק אדמו"ר מפיטסבורג שליט"א בת לחתנו הרה"ג ר' יעקב האגער שליט"א בן הגה"צ אב"ד סערט וויזניץ ירושלים שליט"א - אין ביהמ"ד פיטסבורג אין אשדוד.

שמחת בית וויעליפאלי: שמחת השבע ברכות פון החתן בן הרב שמחה טייטלבוים שליט,א חתן הגה"צ אבד"ק בייטש זצ"ל, מיט די כלה אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מוויעליפאלי שליט"א בן לבנו הגה"צ ר' פנחס דוד פרענקעל שליט"א רב ביהמ"ד איגוד אברכים פלעטבוש חתן הגה"צ אבד"ק טשאקאווא-קערעסטיר שליט"א – אין ישיבת וויעליפאלי אין פלעטבוש.

שמחת בית נדבורנה באניא - נדבורנה לאנדאן: צענטראלע שמחת השבע ברכות פון החתן נכד כ"ק אדמו"ר מנדבורנא באניא שליט"א בן לבנו הרה"צ רבי יעקב יוסף לייפער שליט"א חתן הגה"צ ר' יודל ניישלאס שליט"א אב"ד סערדאהעלי בי"ש, מיט הכלה בת הרה"ג רבי יצחק מאיר באב"ד שליט"א בן הגה"צ רבי יוסף באב"ד שליט"א מלפנים דומ"ץ בעלזא לאנדאן וחתן כ"ק אדמו"ר מנדבורנה לאנדאן שליט"א - אין זאל 'מסילת ישרים' אויף פינת רחוב פישל אין ירושלים.

שמחת בית שבט הלוי: שמחת החתונה פון אן אייניקל ביי הגאון ר' עמרם גשטטנר שליט"א רב שכונת אגו"י ב"ב, בן לבנו הרה"ג ר' אהרן גשטטנר שליט"א חתן הרה"ג ר' שרגא פייבל וויינבערגער שליט"אדומ"ץ ויזניץ באלעד, מיט די כלה אור-אייניקל פון כ"ק גאב"ד זכרון מאיר שליט"א, בת הרה"ג ר' אברהם יצחק גרינברגר שליט"א ר"מ בישיבת ויזניץ בן הרה"ג ר' ישראל גרינברגר שליט"א רב דחסידי ויזניץ באלעד וחתן הרה"צ ר' מרדכי גלבר שליט"א רב ביהמ"ד מונקאטש בבני ברק – די שמחה קומט פאהר אין די נייע ביליגע שמחה-זאל 'שמחת ישועות משה', פלאצירט אין די היכל הטישן דחסידי ויזניץ מרכז אין בני ברק.

שמחת הבר מצוה לבן הרב משה זאב גאנץ שליט"א בן הגה"צ אבד"ק גרויסווארדיין מאנסי שליט"א וחתן הגה"צ ר' אברהם משה גרויס שליט"א אבד"ק קערעסטיר בערבעשט - אין ביהמ"ד דברי משה גרויסווארדיין אין מאנסי.


שמחת בית קראלי: שמחת הברית פון אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מקראלי שליט"א, בן הנולד לבנו הרב יעקב הורוויץ שליט"א חתן הגה"צ ר' ישראל שלום טויב שליט"א אבד"ק באלטימאר –אין ביהמ"ד קראלי אין וויליאמסבורג.

שמחת הברית פון אן אור-אייניקל ביי כ"ק גאב"ד טענקא שליט"א, בן הנולד אצל הרב אברהם ישעי' בריעף שליט"א בן הגה"צ ר' וואלף בריעף שליט"א דומ"ץ ממכון להוראה אין מאנסי וחתן הגה"צ ר' זלמן שווארץ שליט"א ראה"כ וויזניץ בארא פארק בן הגה"צ ר' אברהם  יונה שווארץ שליט"א גאב"ד ווינא –אין ביהמ"ד טענקא אין בארא פארק.

שמחת הברית לבן הנולד אצל הרב ישכר בעריש רובין שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מדאמבראווא מאנסי שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מדזיקוב-וומסב"ג שליט"א - אין ביהמ"ד דאמבראווא אין מאנסי.


עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון הכלה אן אור אייניקל פון כ"ק גאב"ד קארלסבורג שליט"א בת הרה"ג יואל פרידמאן שליט"א בן הגה"צ ר' משה פרידמאן שליט"א דומ"ץ סאטמאר-ב"פ חתן הגה"צ אב"ד מונקאטש-וומסב"ג שליט"א, מיט החתן אן אייניקל פון הגה"צ אבד"ק שארמאש שליט"א בן הרה"ג ר' אהרן פרידמאן שליט"א.


עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן נכד כ"ק גאב"ד מעזיבוזש שליט"א בן לבנו הרה"ג דוד ביק שליט"א חתן הגה"צ ר' וואלף גרינפעלד שליט"א מנירעדהאז, מיט הכלה בת הרה"ג יצחק משה סעקולא שליט"א ראה"כ ראחמיסטריווקא-מאנסי חתן הרה"ג ר' ישעי' ברים שליט"א ר"י קדושת יעקב שיכון סקווירא.

ניחום אבלים: צו די הסתלקות פון הגה"צ ר' יצחק באב"ד זצ"ל אב"ד טארטיקוב-לאנדאן זיצן שבעה די ברודער הגאונים הצדיקים אבד"ק טארטיקוב, אבד"ק טארניפול, הגה"צ ר' מרדכי שליט"א ראב"ד מכון להוראה, הגה"צ ר' חיים יהושע שליט"א מטארטיקוב – אין ביהמ"ד טארטיקוב אויף די ניינצענטע עוועניו אין בארא פארק ביז מיטוואך צופרי. בנו הגה"צ אבד"ק דראהביטש שליט"א זיצט שבעה אין לאנדאן.

ניחום אבלים: צו די פטירה פון הרבנית בילא פילאפף ע"ה אשת הגה"צ ר' יונה פילאפף זצ"ל זיצן שבעה די קינדער: הגה"צ ר' זלמן לייב פילאפף שליט"א חבר ביד"ץ סאטמאר-מהרי"י, הגה"צ ר' מנשה פילאפף שליט"א רב דביהמ"ד מהר"י ט"ב אין וויליאמסבורג, הגה"צ ר' יצחק אהרן פילאפף שליט"א פון אנטווערפן, הגה"צ ר' ברוך פרץ פילאפף שליט"א. די טעכטער אשת כ"ק אדמו"ר מדינוב קרית יואל שליט"א, אשת כ"ק אדמו"ר מזידטשויב וומס"ב שליט"א, אשת הגה"צ אבד"ק מיהאלדי שליט"א, אשת הגה"צ ר' שמעון רייכמאן שליט"א - אין שטוב פונעם נפטרת אויף 5 זענטא אין קרית יואל.

היינט נאכט געפאלט די יארצייט פון הרה"ק בעל ליקוטי מהרי"ח זי"ע הי"ד – נכדו הגה"צ אבד"ק סאטמאר-מאנטשעסטער שליט"א וועט אפרעכטן א יארצייט סעודה בבית מדרשו אין מאנטשסעטער.