1/4

געמיינזאמע 'קול קורא' לטובת חברה הצלה

אין א פאראייניגטע קול קורא פון אלע אדמורי"ם ורבנים פון עיר ואם בישראל וויליאמסבורג, ווערן די תושבי העיר אויפגעפאדערט צו שטיצן ברוח נדיבה די לעבנס-וויכטיגע ארגאנעזאציע 'חברה הצלה'. די גדולי ישראל פאדערן אין דעם געמיינזאמען בריוו, אז עס ליגט א פליכט אויף אלע איינוואוינער ארויסצוהעלפן 'חברה הצלה' בסיוע של ממש כדי זיי זאלן ווייטער קענען אנגיין, ווי ס'ווערט געברענגט להלכה אז פיקוח נפשות קומט פאר יעדע זאך. די רבנים ענדיגן מיט שטארקע דברי חיזוק צו די חברי הצלה: "אשריכם ואשרי חלקכם שכרכם הרבה מאוד! גם ידינו תיכון עם העסקנים החשובים וכל חברי הצלה שיחי' המוסרים נפשם ועתם להציל נפשות מישראל ובפרט בצוק העיתים הללו".