1/4

גרויסארטיגע "פרקליט" קאמפיין געשלאסן מיט גרויס ערפאלג

צענדליגע טויזענטע אידן האבן זיך אונטערגענומען א קבלה טובה אלס זכות שמירה פון די מגיפה - א שליח פון כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א האט מתפלל געווען אין זידיטשוב פאר אלע באטייליגטע

אין די צייט ווען עס האט זיך אנגעהויבן די עת צרה ליעקב מיט דאס פארשפרייטונג פון די קאראנא מגיפה, האט זיך פארשפרייט אין די הערצער פון טויזענטער אידן א רוח טהרה צו מקבל זיין אויף זיך א קבלה טובה, צו מקיים זיין די מאמר חז"ל אז עס איז א מצוה צו מאכן א נדר מצוה אין אן עת צרה, וואס מיט דעם איז מען זוכה צו די שמירה וואס נויטיגט זיך פאר די גוף און די נפש און די געלט אין די יעצטיגע שווערע טעג.

אין ליכט פון דעם, איז מפורסם געווארן א ספעציעלע קאמפיין מיטן נאמען "פרקליט", וואס איז טייטש אן "אדוואקאט", על שם די מאמר חז"ל אין מסכת אבות "העושה מצוה אחת קונה לו פרקליט", אז מיטן זיך אינטערנעמען צו טון איין מצוה בשלימות, קויפט מען זיך איין אן אדוואקאט אויף יענע וועלט, וואס דאס איז א גוטע מלאך וואס איז מליץ טוב אויפן מענטש אין אן עת צרה. ווי שוין ברייט באריכטעט, האבען טויזענטע אידען מכל רחבי עולם, אריינגערעכנט פון פראנקרייך, ארץ ישראל, בראזיל, ארגענטינא, אמעריקא און נאך - זיך תיכף אנגעשלאסען אינעם "פרקליט קאמפיין".

די היסטארישע קאמפיין איז צושטאנט געקומען נאכדעם וואס כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א האט אויפגעפאדערט די שליחים בקודש פון מוסד הקדוש "אור עולם", אז און די יעצטיגע טעג ווען עס איז א עת צרה ליעקב, זאל מען ארויס גייען מיט א קאמפיין צו די הונדערטע טויזענטע אידען פון די אלוועלטליכע אידישע גאס וועלכע די רבי האט געטראפען במשך די יארען לחיזוק היהדות, וואס מען האלט מיט זיי א שטענדיגע פארבינדונג לחיזוק בשמירת התורה ויהדות דורך די אפיסעס פון "אור עולם", און מען זאל זיי בעטן אז יעדער זאל מקבל זיין איין קבלה טובה לשמירה ולברכה אינעם יעצטיגען מצב, און די אלע וועלן ווערן פארשריבען אין א פתקא טבא וואס ווערט געשיקט דורך דער קאלובער רבי שליט"א צום ציון פון זקינו הקדוש הרה"ק בעל עטרת צבי מזידיטשוב זי"ע.

די גרויסארטיגע קאמפיין האט גלייך עושה רושם אויף א ריזיגע פארנעם, ווען אין די ערשטע פאר טעג איז שוין אריין געקומען טויזענטע קבלות טובות פון אלע סארטען אידען איבער די גאנצע וועלט, וועלכע האבען זיך אינטער גענומען דברים טובים בשמירת התורה והיהדות.

דערזעהנדיג די גרויסע התעוררות לתשובה ותיקון המעשים וואס הערשט אויף די וועלט, האבען די שלוחים העוסקים במלאכת הקודש, בשליחות הקודש פון כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א, אויסגעברייטערט די היסטארישע "פרקליט" קאמפיין" צו די היימישע אידישע גאס, ווי עס האט אויך ארויסגעשיינט די "מי כעמך ישראל" פון אידישע קינדער, ווען טויזענטע אנשים נשים וטף האבן אריינגערופן מיט זייערע קבלות טובות אין אלע ענינים, און האבן זוכה געווען צו ווערן אריין געשריבען אין א ספעציעלע "פתקא טבא".

א פערזענליכער שליח פון כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א וועלכער געפונט זיך אין אוקריינא, האט מיט גרויס סיעתא דשמיא באוויזן צו באקומען ביי די בעאמטע אן אויסנאמליכע ערלויבעניש אריינצוגיין אין די בית החיים אין זידיטשוב, און ער האט איבערגעבן די קוויטל ביים ציון פון הרה"ק מזידיטשוב זי"ע, וועלכער האט זיך מוסר נפש געווען צו ראטעווען אידן פון א מגיפה, ווי עס איז באקאנט, אז ווען עס האט זיך פארשטערקערט די שרעקליכע כאלערא מגיפה אין יאר תקצ"א, איז ער צוגעגאנגען צו די מזוזה און געזאגט "הריני כפרת כל ישראל", און ער איז נפטר געווארן, און די מגיפה האט זיך אפגעשטעלט.

ווי אויך איז אפגעראכטן געווארן א גורל אויף א קמיע לשמירה מגיפה, וואס האט אין זיך די אור-אלטע מסוגל'דיגע "רוטא" גראז, כמקובל פון די פריערדיגע צדיקים זי"ע.

די קאמפיין האט זיך ב"ה געשלאסן מיט גרויס ערפאלג, ויהי רצון אז די געוואלדיגע התעוררות לתשובה ותיקון המעשים, וואס האט געברענגט טויזענטע אידן צו מקבל זיין קבלות טובות, זאל האבן די ריכטיגע אפקלאנג בשמים ממעל, צו ממשיך זיין געזונט און פרנסה פאר אידישע קינדער, און מיר זאלן שוין זוכה זיין צו א גאולה פרטית וכללית במהרה בימינו.