1/4

שארפע דברי מחאה אין ויזניץ-ירושלים

שארפע דברי מחאה זענען געהערט געווארן די וואך ביי שלש סעודות דורך כ"ק אדמו"ר מוויזניץ-ירושלים שליט"א וועלכע האט מוחה געווען קעגן א געוויסע צייטונג וועלכע האט באשירבן דעם רבי'ן און פאבלעצירט בילדער פון רבי'ן שליט"א אויף די פאדערשטע זייט פון זייער צייטונג אין פארשידענע שפראכן. דער רבי שליט"א האט עס איינגעטייטשט אין פסוק 'אשר ישא ה' פניו' אז 'אשר' איז בגמטריא תמונה. און 'ישא פניו' איז בגמטריא 'רחוב העיר' אז דער אויבערשטער איז נישט מוחל ווען מ'איז מפרסם א בילד ברחובה של עיר.

אין אנדערע נייעס ווערט געמאלדן איבער פארשריט אינערהאלב דאס אויפבליה פון די נייע וויזניצ'ע קריה אין לעיקוואוד ווען אין די יעצטיגע טעג גייט דאס שטעטל נארוואס אריין אין א פרישע פאזע מיט די התחלה פון די לאנג ערווארטעטע בוי ארבעט. עס איז אריבער א שיינער שטיק צייט ווי די עסקנים און די וועד הקרייה האבן אריינגאלייגט זייער בלוט און שווייס האראוואניע צו באקומען די נויטיגע פערמיטן און פאפירן, אזוי אויך ערלעדיגן וויכטיגע מיטלען וואס באדארף דאס בוי ארבעט. ברוב סייעתא דשמיא, ובכוחו של אותו זקן, ובנשיאות כ"ק רבינו שליט"א וואס איז עומד בראש למען הקים את המקום הנורא הזה לתורה וחסידות, אינעם דרך רבותינו הקדושים, האלט מען ב"ה דא מיט אלע נויטיגע באדערפענישן, און מ'וועט קענען אנהייבן די בוי ארבעט פון דעם גרויסן פראיעקט. מ'הויבט אי"ה אהן מיט'ן צעווארפן וואלד ביימער וואס שטייען אין וועג, דערנאך וועט מען בעז"ה תיכף אנהייבן דאס בויען. דאס מאמענטום און פרייד פון אנשי שלומנו איז ווי פארשטענדליך אויף די העכסטע שטימונג, דאס לאנג ערווארטעטע איז אנגעקומען, און מ'וועט ב"ה זעהן די פירות בקרוב.