1/4

עטרת זקנים בני בנים

יעצט אופדערנאכט איז כ''ק אדמו"ר מבעלזא שליט''א אנגעקומען צום שטוב פון הנגיד ר' רפאל הערצאג הי"ו אין ירושלים, ווי עס איז פארגעקומען די 'סיום מסכת פסחים והתחלת מסכת ראש השנה' אין ראם פון חבורת אהבת תורה. די סיום איז אפגעראכטן געווארן דורך די צענדליגע יונגעלייט וועלכע באטייליגן זיך ביים טעגליכן שיעור פון נכדו הרה''ג ר' שלום רוקח שליט"א. אין א זעלטענע שריט האט זיך דער רב שליט''א מטריח געווען און זיך באטייליגט ביים סיום און זיך אויך געוואשן צום סעודת מצוה.