1/4

טעגליכע נייעס באריכט מיטוואך בהר בחוקותי


כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א איז נעכטן אנגעקומען צו די נייע חרדישע שטעטל אין הר יונה, ווי דער רבי שליט"א וועט וויילן די קומענדיגע וואך אויף אפרוה.

היינט ל"ד בעומר ווערט אפגעצייכענט די 'יום הצלה והשחרור' פון הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זצ"ל די קינדער כ"ק האדמורי"ם מוויזניץ שליט"א וועלן אפרעכטן די סעודות הודאות.


מיט גרויס פרייד ווערט אויפגענומען די גוטע בשורה אז הרה"ח ר' חיים משה פעלדמאן שליט"א איז ב"ה באפרייט געווארן פון שפיטאל נאכ'ן זיין פארשלאפט די פארלאפענע חודש אין א קריטישע צושטאנד. 


היינט געפאלט די יארצייט פון הרה"ק רבי מנחם מענדל מרימנוב זי"ע. א גרופע שוחטים פון וועד הכשרות בד"ץ עדה"ח וועלכע געפונען זיך יעצט אין פוילין וועלן מתפלל זיין ביים ציון הק'.


היינט געפאלט די יארצייט פון הגה"ק הרמ"א זי"ע א גרופע אידן וועלן פוקד זיין דעם ציון הק' היינט אין שטאט קראקא.

הרה"צ ר' שמואל מרדכי פארטוגאל שליט"א אבד"ק סקולען-ב"פ לאזט זיך היינט ארויס אינאיינעם מיט די בני המשפחה אויפן וועג קיין ארה"ק, וואו דער רב וועט זיך אויפהאלטן אין לויף פון די קומענדיגע חדשים לכבוד די חתונה פון א קינד.


מיט דערלייכטערונג ווערט אויפגענומען די גוטע בשורה אז כ"ק אדמו"ר מהרי"ד מלעלוב שליט"א איז שוין ב"ה באפרייט געווארן פון שפיטאל, און האט אפגעראכטן א טיש לכבוד לג' בעומר בבית מדרשו.

מיט דערלייכטערונג ווערט אויפגענומען איבער א שטארקע פארבעסערונג אין די מצב הבריאות ביי הרבנית תליט"א אשת הרה"צ ר' דוד משה טווערסקי שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א וועמען מ'האט ב"ה אראפגענומען די רעספערעיטער.

שמחת בית באבוב-45 - בערטש: היינט קומט פאר די פדיון הבן פאר א זוהן פון הרב חיים אייכנשטיין שליט"א בן הגה"צ רבי מאיר יוסף אייכנשטיין שליט"א ראה"כ באבוב-45 בן הגה"צ אב"ד בערטש שליט"א וחתן הגה"צ אב"ד באבוב-45 שליט"א וחתן הרה"ג רבי יעקב פעלדמאן שליט"א - אין שטוב פון די זיידע ראה"כ באבוב-45 מיט די באטייליגונג פון בלויז די בני המשפחה.

שמחת בית סקולען - ראחמסטריווקא - וויזניץ - אוהעל: עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן בן הרה"ג רבי מנחם זאב קלוגהאפט שליט"א בן הרה"צ רבי דוד לייב קלוגהאפט שליט"א נכד הרה"ק מסקולען זצ"ל וחתן הגה"צ אב"ד ראחמסטריווקא מאנסי שליט"א מיט הכלה בת הרה"ג רבי חיים מאיר האגער שליט"א בן הגה"צ בעל אור שלום מוויזניץ ב"פ זצ"ל חתן הגה"צ אב"ד אוהעל שליט"א.

שמחת בית פאלטישאן: עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן אייניקל ביי הגה"צ ר' אפרים אהרן שטיין שליט"א אבד"ק פאלטישאן בן לחתנו הרב משה יחזקאל לויפער שליט"א מדזיקוב-וומסב"ג, מיט די טאכטער פון הרב משה קאהן שליט"א בן הגה"צ אבד"ק דברי אמונה-מאנסי שליט"א חתן הגה"צ ר' שלמה לייב וויינבערגער שליט"א אבד"ק פעייא. שמחת בית פאלטישאן-קאפיש: עס איז געשלאסן פון החתן בן הרב אברהם כהנא שליט"א ראה"כ סאטמאר-וומסב"ג חתן כ"ק גאב"ד קאפיש זצ"ל, מיט די כלה אייניקל ביי הגה"צ ר' אפרים אהרן שטיין שליט"א אבד"ק פאלטישען-ב"פ בת לחתנו הרב אברהם שלמה כ"ץ שליט"א בן הגה"צ ר' מנשה כ"ץ שליט"א דומ"ץ פריימאן.

עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן בן הגה"צ אב"ד שומרי שבת שליט"א מיט הכלה בת לבנו הרה"ג רבי חיים טירנויער שליט"א ר"מ בישיבת ווילרייק חתן הגה"צ חיד"א ווייס שליט"א דומ"ץ סאטמאר אנטווערפן.

עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן בן הרב שמעון גבריאל וואסערמאן שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מדזיקוב-ב"פ זצ"ל, מיט די כלה בת הגה"צ ר' אהרן גאנץ שליט"א אב"ד גרויסווארדיין מאנסי חתן הרה"צ ר' שמואל גרויס שליט"א מקערעסטיר בערבעשט.