1/4

שארפע קול קורא פון חברי הבד"ץ‎

חברי הבד"ץ זענען ארויס מיט א שארפע קול קורא קעגן א פלאן פון די ירושלימ'ע שטאט-ראט אז די הויפט-גאסן פון ירושלים זאלן פארוואנדעלט ווערן אין א פארוויילונג פלאץ פון הוליערייען. אין די יעצטיגע טעג האט די ירושלים שטאט-ראט געמאלדן איבער א פלאן אז אזוי ווי אסאך עסן-געשעפטן און רעסטוראנטן האבן געליטן אסאך געלט-שאדן דורכאויס די עפעדמיע, וועלן פארקומען אין די נאכט-שעות פארשידענע קאנצענרטן און שפילערייען אויף די הויפט-גאסן פון שטאט וואס דורכדעם וועט עס ברענגען געלט פאר די רעסטוראנטן. חברי הבד"ץ טוהן פארפירן אז אזא סארט געדאנק וועט צוזאמברענגען אומגעוואונטשענע עלעמענטן אויף די גאסן פון ירושלים קרתא דשופריא און מטמא זיין דעם עיר הקודש מיט פרצות חמורות. אינעם קול קורא וועלכע איז אונטערגעחךמעט דורך אלע חברי הבד"ץ בראשות כ"ק גאב"ד וראב"ד ירושלים שליט"א טון זיי אויפפאדערן אז עס דער חרדישע ציבור וועט דאס נישט פארשווייגן און טון אלעס אין די וועלט כדת של תורה מונע צו זיין די חרפה ולעצור בעד המשחית.