1/4

פתחו שערים: פיהר נייע בתי מדרשים עפענען די וואך שבת

ביהמ"ד זוטשקא אין מאנסי: מיט גרויס שמחה און התרגשות וועט זיך דעם שבת עפענען אין מאנסי די טויערן פון די נייע בית מדרש "תהילת דוד זוטשקא" וועלכע וועט שטיין בנשיאות כ"ק אדמו"ר מזוטשקא-מאנסי שליט"א, יונגסטע זון פון כ"ק אדמו"ר מזוטשקא זצ"ל, און איידעם ביי הגה"צ ר' יהושע לייפער שליט"א אבד"ק באר משה ונשיא ממלכת התורה עוז והדר. אצינד טוט מען באנייען דעם שיינעם בית המדרש וואס געפונט זיך אויף 25 קעמאו רידזש אין שטאט צווישן בלאוועלט ראוד און וועסט מעיפל. יאריך ימים על ממלכתו.

ביהמ"ד באבוב אין לינדען: אין די נייע חרדישע געגענט אין לינדען, ניו דזורסי וועט זיך דעם שבת צום ערשטן מאל עפענען די נייע 'באבוב'ע שטיבל' אין שטאט ווי עס וועלן פארקומען די תפלות דורכאויס שבת און אויך א באטע בליל שבת בשבת אחים. דאס קומט נאכדעם וואס פארלאפענעם חודש חשון איז אפגעקויפט געווארן א שטח אין לינדען לטובת הביהמ"ד דורך הרבני הנגיד ר' אברהם אהרן לעזער הי"ו און אין לויף פון די פארלאפענע חדשים זענען פארגעקומען העפטיגע בוי-ארבייט איינצורישן דאס ביהמ"ד אויפן שענסטן פארנעם און די וואך איז די ארבעט פולקאם פארענדיגט געווארן לפאר ולרומם בית ה'. אין לויף פון די לעצטע צוויי יאהר האבן זיך אריבערגעצויגן קיין לינדען איבער צוואנציג משפחות חסידי באבוב און לויטן פלאן וועלן זיך אריבערציען נאך צענדליגע באבוב'ע משפחות קיין לינדען. ביז היינט זענען בלויז פארגעקומען מניני התפלה אין די וואכן-טעג ביי איינעם אין שטוב, און דעם שבת וועט מען באנייען דעם נייעם ביהמ"ד. דאס ביהמ"ד איז נאך א רינגעלע אין קייט די צענדליגע קהלות דחסידי באבוב איבער די וועלט וועלכע שטייען בנשיאות כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א און פארשפרעכט צו זיין א לייכט-טורעם פאר די גאנצע אומגעגענט.

ביהמ"ד דינוב אין קרית יואל: אין קרית יואל וועט זיך דעם שב"ק עפענען די טויערן פון 'ביהמ"ד בני יששכר דינוב' וועלכע וועט שטיין בנשיאות כ"ק אדמו"ר מדינוב שליט"א. די מעמד פתיחת שערים איז פארגעקומען דעם דארנעשטאג נאכט אין היכל הביהמ"ד אין שפיץ פון הרה"צ ר' חיים אלעזר ראבינאוויטש שליט"א ר"י דינוב.

ביהמ"ד טעמעשוואר אין עירמאנט: דעם שבת עפענט זיך אין די עירמאונט געגנט די נייע ביהמ"ד "בני שמעי' ד'טעמעשוואר" בנשיאות הגה"צ ר' בעריש לעוו שליט"א בן הגה"צ ר' שמעי' לעוו שליט"א מטעמעשוואר – אינטערדאם איידעם ביי הגה"צ אבד"ק סאלקא שליט"א פון מאנסי. שבת אינדערפרי נאכן דאווענען וועט פארקומען א גרויסארטיגע קידושא רבא לכבוד דאס עפענונג פונעם בית המדרש, און לכבוד די שמחת הבר מצוה פון א זון פונעם רב שליט"א.