1/4

טעגליכע נייעס באריכט זונטאג במדבר




הרה"צ ר' שמואל מרדכי פארטוגאל שליט"א אבד"ק סקולען-ב"פ לאזט זיך היינט ארויס אויפן וועג קיין ארה"ק, וואו דער רב וועט זיך אויפהאלטן די קומענדיגע וואכן לכבוד די חתונה פון אן אייניקל. כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף-ירושלים שליט,א קומט היינט אן אויף א תפלה אין אתרא קדישא מירון. דערנאך וועט דער רבי אנקומען קיין טבריה צו א ברית לבן אחד מחסידיו. כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פון מרכז קומט היינט אן קיין ירושלים אויפצונעמען קהל חסידיו לעצה ולברכה. אויפדערנאכט וועט דער רבי שליט"א אויפטרעטן מיט דב"ק דורכ'ן טעלעפאן ביי א דינער לטובת מרכז מוסדות ויזניץ בארה"ק וועלכע קומט פאהר אין עיר הבירה לאנדאן. 

היינט געפאלט די יארצייט פון הרה"ק בעל דמשק אליעזר מקאמארנא זי"ע, זיין אייניקל כ"ק אדמו"ר מקאמארנא שליט"א וועט אפרעכטן די יארצייט טיש בבית מדרשו אויף רחוב ארזי הבירה אין ירושלים. היינט געפאלט די יארצייט פון הגה"צ ר' בנימין מענדלזאהן זצ"ל - גאב"ד קוממיות - די צענטראלע סעודת הילולא קומט פאהר אין שטעטל קוממיות אין שפיץ פון נכדו ומ"מ הגה"צ גאב"ד קוממיות שליט"א.

לקיים בנו חכמי ישראל: דער ציבור ווערט געבעטן מתפלל צו זיין לרפואת הגאון האדיר ר' משולם דוד הלוי סאלאווייציק שליט"א וועלכע געפונט זיך אין א שטארקע שוואכקייט מרן מושלם דוד בן אלטע הענדל  לרפו"ש. מיט גרויס פרייד איז אויפגענומען געווארן די בשורה, אז עס איז אנשטאנען א שטארקע פארבעסערונג אין די מצב הבריאות ביי הגה"צ ר' אברהם עמרם מייזעלס שליט"א אב"ד מיהאלדי וראש ישיבת שביל התורה נאכן ליגן על ערש דוי עטליכע וואכן אין א שווערע געזונט צושטאנד. דער ציבור איז ווייטער מתפלל לרפואת הגה"צ ר' אברהם עמרם בן הענדיל רייזל לרפואה שלימה

מסיבת התנאים פון החתן בן הגה"צ ר' חיים הערש טייטלבוים שליט"א אב"ד סאטמאר-ירושלים חתן הגה"צ גאב"ד מאקאווא-ב"פ זצ"ל, מיט די כלה בת הרב נחמן כהנא שליט"א מספינקא חתן כ"ק אדמו"ר מקוויאשד שליט"א - עס קומט פאהר אין ביהמ"ד קיוויאשד אין וומסב"ג אינאיינעם מיט די סעודת הילולא לרגל די יארצייט פון הרה"ק ר' ישעי' אשר מקויאשד זצ"ל.