1/4

פתיחת הזמן אין באבוב‎

גרויס פרייד נעמט ארום חסידי באבוב ווען היינט זענען געעפענט געווארן די טויערן פון 'מתיבתא עץ חיים' ווי עס זענען פלאצירט געווארן די הונדערטע בחורי הישיבות. אין די זעלבע צייט האבן זיך אויך געעפענט די טויערן פון ביהמ"ד הגדול ווי עס זענען היינט פארגעקומען צענדליגע מנינים אין די פילע חדרי התפלה, אויספאלגענדיג די סאושעל דיסטעסינג רעגולאציעס. א באזונדערע התרגשות נעמט ארום כלל בחורי באבוב, ווען מארגען מאנטאג וועט מען האבן די זכיה אז כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א וועט ערשיינען בהדרו אין היכל ביהמ"ד הגדול און איבערגעבן דרשת פתיחת הזמן פאר אלע בחורי באבוב לכבוד דעם נייעם זמן. די דרשה וועט אפגעהאלטן ווערן 10:30 צופרי אין היכל ביהמ"ד הגדול. בחורי ישיבה גדולה וועלן זיין אין ביהמ"ד און בחורי ישיבה קטנה אויבן אין ווייבער-שול.