1/4

טעגליכע נייעס באריכט דינסטאג במדבר




כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א איז אנגעקומען קיין עיה"ק צפת ווי דער רבי וועט זיך אויפהאלטן אויף אפרוה עטליכע טעג.


כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א קומט היינט אן קיין וויליאמסבורג ווי דער רבי וועט אויפנעמען קהל חסידיו לעצה ולברכה, נאך א לענגערע צייט-אפשניט וואס דער רבי האט נישט באזוכט אין וומסב"ג צוליב די קריזיס.

עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א בת לחתנו הרב אהרן כ"ץ שליט"א אב"ד תולדות אהרן-וומסב"ג, מיט די כלה אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מדינוב שליט"א בת לחתנו הרב ישראל טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אבד"ק וואלאווא שליט"א.

עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן בן הרב אלעזר הירש הורוויץ שליט"א בן הגה"צ אב"ד סאטמאר-מאנטשעסטער שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א, מיט די כלה בת הרב בעריש טירנויער שליט"א פון קרית טאהש בן כ"ק אדמו"ר מחוסט-וומסב"ג חתן כ"ק אדמו"ר מהאדאס שליט"א.

היינט געפאלט די יארצייט פון הרה"צ ר' וועלוול טווערסקי זצ"ל מראחמיסטריווקא בן הרה"ק ר' יוחנן מראחמיסטריווקא זצ"ל - די קינדער און די איידימער האדמורי"ם והרבנים שליט"א וועלן ארויפגיין צום ציון הק' אויפן הר הזתים.


היינט געפאלט אויס די יומא דהילולא פון הרה"ק רבי שלמה מזוועהיל זי"ע. נכדו כ"ק אדמו"ר מזוויהעל שליט"א וועט אפרעכטן די סעודתהילולא אין זוויהעל'ע זאל אין ירושלים בלויז פאר די חסידים פון ירושלים. נכדיו כ"ק האדמורי"ם מזוויהעל-מאנסי שליט,א וועלן אפרעכטן די סעודות הילולא בבית מדרשם. אזוי אויך וועלן טויזנטער אידן ארויפגיין צום ציון הק' אויפן הר הזיתים אין ירושלים.


היינט געפאלט די יארצייט פון הרה"ק בעל תורת חיים מקאסוב זי"ע, נכדיו כ"ק האדמורי"ם שליט"א וועלן אפרעכטן סעודת הילולת לכבוד די יארצייט.