1/4

הרה"ח ר' חיים משה פעלדמאן שליט"א ערהוילט זיך‎

הרה"ח הנגיד המפורסם ר' חיים משה פעלדמאן שליט"א ערהוילט זיך ב"ה אין די יעצטיגע טעג נאכ'ן  זיין פארשלאפט די פארלאפענע דריי חדשים אין א קריטישע צושטאנד. פארגאנגענעם זונטאג נאכמיטאג איז מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א אנגעקומען צום גיגאנטישן 'בית וויזניץ' אין בני ברק וואו עס ווערט אויפגעבויעט די נייע גרויסע ביהמ"ד דחסידי וויזניץ, אין באגלייטונג פון ר' חיים משה הי"ו וועלכע האט בייגעשטייערט א ריזן סכום, און האט באטראכט די העפטיגע בוי-ארבעט וועלכע ווערן יעצט געמאכט אויפן ארט און האט געגאסן די יסודות פאר די נייע פראכטפולע ארון קודש. דעם דינסטאג זענען אנגעקומען צום שטוב פון ר' חיים משה הי"ו, א ספעציעלע דעליגאציע פון הויעכ-ראנגיגע מיטגלידער פון די בארימטע 'לאניאדאו שפיטאל' אין נתניה אין שפיץ פון הגה"צ ר' יוסף האלבערשטאם שליט"א ראש ישיבות צאנז בן כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א און האבן זיך באדאנקט פאר ר' חיים משה הי"ו אויף זיין ביישטייערונג פון עטליכע גאר טייערע מאשינען פאר די שפיטאל, וועלכע זענען ספעציעל צוניץ געקומען פאר חולי ישראל דורכאויס די ימי המגיפה. דערביי האט זיך הרב יוסל שליט"א באדאנקט בשליחת אביו כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א. היינט מיטוואך זענען געווען אויף א באזוך ביי ר' חיים משה הי"ו, א ספעציעלע דעליגאציע פון הנהלת מוסדות מאחנובקא-בעלזא אין שפיץ פון הרה"צ ר' בערל רוקח שליט"א בנו בכורו פון כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא-בעלזא שליט"א און האבן זיך באדאנקט אויף זיין ברייטע שטיצע לטובת ביהמ"ד הגדול והחדש דחסידי מאחנובקא-בעלזא וועלכע בויעט זיך אין בני ברק.