1/4

טעגליכע נייעס באריכט זונטאג בהעלותך


קאסאן - דעעש - אוהעל: היינט נאכט קומט פאר די שמחת החתונה פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מקאסאן שליט"א, החתן בן הרה"ג ר' אלטר יוסף פאנעט שליט"א, בן כ"ק אדמו"ר מדעעש שליט"א, מיט הכלה בת הגה"צ ר' משה וואלף מייזליש שליט"א אבד"ק אוהעל מאנסי. -  עס וועט פארקומען אין די קעטסקילס אויף א פריוואטע פארנעם.


שמחת בית ראחמיסטריווקא: היינט קומט פאר די שמחת החתן מאהל פונעם חתן יונגסטן זון ביי הגה"צ ר' דוד משה טווערסקי שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מדאמבראווא זצ"ל, מיט די כלה א טאכטער ביי הגה"צ ר' פנחס שלום אייכענשטיין שליט"א אב"ד חודרוב שיקאגא, זון פון כ"ק אדמו"ר מזידטשויב שיקאגא שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ ר' אלי' שטערנבוך זצ"ל ראב"ד אנטווערפן. – די שמחה קומט פאר בהיכל ביהמ"ד הגדול ראחמיסטריווקא אין בארא פארק.

עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פונעם חתן א זון ביי הרב אשר אנשיל דייטש שליט"א, זון פון הגה"צ ר' חיים לייב דייטש שליט"א אבד"ק חוג חתם סופר פתח תקוה, און איידעם ביי הגה"צ ר' יצחק שלום שיינפעלד שליט"א, זון פון הגה"צ מקאסאן קרית הרצוג שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ ר' דוד מאיר ווייס שליט"א זון פון הגה"צ גאב"ד נוה אחיעזר זצ"ל, מיט די כלה א טאכטער ביי כ"ק אדמו"ר מסערעדנא הרה"צ ר' משה מענדיל כהנא שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מספינקא ירושלים זצ"ל בעל גדולת מרדכי, און איידעם ביי הרה"צ ר' אלימלך כהנא זצ"ל מספינקא ב"ב.


עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פונעם חתן זון פון הגה"צ ר' יהושע פרץ הורוויץ שליט"א, זון פון הגה"צ ר' יעקב שרגא הורוויץ שליט"א אבד"ק זרע קודש וראש ישיבת בית מאיר, און אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מסטריקוב זצ"ל, מיט די כלה א טאכטער ביי הגה"צ ר' כתריאל בראנדוויין שליט"א מסטרעטין, איידעם ביי הגה"צ ר' חיים הערש האלבערשטאם שליט"א, אייניקל פון הרה"ק בעל קדושת ציון מבאבוב זי"ע.