1/4

טעגליכע נייעס באריכט דאנערשטאג בהעלותך


כ"ק בעל עמק התשובה מקארלסבורג שליט"א וועט היינט איין אזייגער נאכמיטאג איבערגעבן א שיעור אין היכל הכולל.


אין קהלת קאסוב קומט היינט פאהר א וויכטיגע 'אסיפת התעוררות' ווי כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א וועט אויפטרעטן מיט דברי התעוררות זיך מחזק זיין אין די ענינים וואס זענען נתרשל געווארן אין לויף פון די מגיפה.

שמחת החתונה פון החתן בן הרב משה יצחק באב"ד שליט"א בן הגה"צ ר' יחיאל באב"ד שליט"א אבד"ק טארטיקוב, מיט די כלה בת הרב יחזקאל שרגא רויזענבוים שליט"א אב"ד קרעטשניף-סיגוט-וומסב"ג בן כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף-סיגוט שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מהאניפאלי שליט"א – אין די זאלן פון עידן פאלאס אין וומסב"ג.

שמחת השבע ברכות בבית ויזניץ – טשערנאביל – ברעזאן: אין ביהמ"ד הגדול אין בני ברק

היינט געפאלט די יארצייט פון הרה"ק בעל ברכת אברהם מסלונים זי"ע – די אייניקלעך כ"ק האדמורי"ם מסלונים שליט"א וועלן ארויפגיין צום ציון הק' אויפן הר הזתים און דערנאך אפרעכטן די סעודת הילולא בבית מדרשם.


שמחת החתונה פון החתן אייניקל פון הגה"צ גאב"ד ביליץ שליט,א בן לחתנו הרב דוד בעק שליט"א בן הגה"צ אבד"ק אפשא שליט"א, מיט די כלה אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מאנטניא שליט"א בת  לבנו הרב שמעון האגער שליט"א – אין א זאל אין ביתר.


שמחת החתונה פון החתן בן הרה"ג ר' מרדכי אהרן זאבעל שליט"א מגי"ש בישיבה גדולה קרית יואל בן הגה"צ ר' שלמה שליט"א רב ביהמ"דבית דוד קרית יואל, מיט די כלה בת הרב צבי וואזנער הי"ו בן הגה"צ ר' אברהם אליהו וואזנער שליט"א אב"ד שבט הלוי בראכפעלד חתן הגה"צ ר' אשר יעקב וועסטהיים זצ"ל.


שמחת הבר מצווה פון בן הרה"צ ר' נפתלי שנייבאלג בן הגה"צ אב"ד עדזוואר לונדון שליט"א וחתן הרה"ק בעל באר יעקב מנדבורנא זצ"ל – אין זאל שע"י ביתו של הבאר יעקב אין קרית נדבורנא בב"ב.


ברוך דיין האמת: אין ירושלים איז נפטר געווארן הגאון ר' יהושע ישראל גולדשמיר זצ"ל חתן כ"ק אדמו"ר מלעלוב-ירושלים הרה"צ ר' יעקב יצחק זצ"ל. שנשמע ונתבשר בשורות טובות.

עצרת הספד לזכרו של הגאון ר' צבי גרובער זצ"ל – מרבני קהלת משכנות הרועים – בביהמ"ד משכנות הרועים אין ירושלים.

היינט נאכט געפאלט די יומא דהילולא פון הרה"ק בעל חקל יצחק מספינקא זי"ע הי"ד – כ"ק אדמו"ר מתולדות צבי דספינקא שליט"א וועט אפרעכטן א מסיבת לחיים בבית מדרשו אין וומסב"ג.


היינט געפאלט די יארצייט פון הרה"ק בעל ארון העדות מביאלה זצ"ל – כ"ק אדמו"ר מביאלה-ב"ב שליט"א וועט אפרעכטן די סעודת הילולא אין שטאט ביתר פאר די ארטיגע חסידים.