1/4

רודפים עליך ישראל‎

צוליב א רעש אין די פרעסע איבער די צוריקעפענונג פון ביהמ"ד הגדול קהל שערי ציון ד'באבוב און מתיבתא עץ חיים ד'באבוב, זענען די הנהלת הקהלה היינט געווען געצווינגען צוריק צו פארשליסן דאס ביהמ"ד עד יעבור זעם. אזוי אויך זענען די הנהלת הקהלה פון קהלת ויזשניץ-וומסב"ג געווען געצווינגען אפצושטופן די געפלאנטע 'מעמד התחדשות הביהמ"ד' אויף א צווייטע געלעגנהייט, צוליב דעם וואס עס איז ברייט באריכטעט געווארן אין די פרעסע. דאס קומט אין די זעלבע צייט וואס געווענער קאומא האט היינט געמאלדן אז אנגעהויבן פון דעם דאנערשטאג וועט זיין ערלויבט זיך צוזאמקומען צום דאווענען און אנדערע רעליגיעזע צוועקן אין גרופעס פון צען מענטשן און ווייניגער.