1/4

טעגליכע נייעס באריכט מיטוואך נשא


כ"ק אדמו"ר מויזניץ-לונדון שליט"א פון לאנדאן לאזט זיך היינט ארויס אויפן וועג קיין ניו יארק, וואו דער רבי שליט"א וועט זיך אויפהאלטן די קומענדיגע וואך לכבוד די שמחת הברית פון א אייניקל, דער רבי שליט"א וועט פראווענען דעם קומענדיגן יו"ט שבועות אין שטאט מאנסי, און וועט אפרעכטן די תפילות און טישן אין ביהמ"ד הגדול לבוש מרדכי, אינאיינעם מיטן ברודער כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פון מאנסי. כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א וועט היינט איבערגעבן א שיחות חיזוק הכנה ליו"ט שבועות דורכן טעלעפאון.

הגה"צ אבד"ק קראסנא שליט"א וועט היינט אויפטרעטן מיט א דרשה במסגרת אירגון שיעורי תורה דורכן טעלעפאן. הרה"צ ר' בערל טווערסקי שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א קומט היינט אן קיין לעיקוואוד און וועט אויפטרעטן מיט שיחת חיזוק פאר חסידי ראחמיסטריווקא אין לעיקוואוד.


כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א וועט אויפטרעטן מיט שיחת הכנה ליו"ט שבועות בבית מדרשו.


כ"ק אדמו"ר מסאסוב שליט"א וועט אויפטרעטן מיט שיחת הכנה ליו"ט שבועות בביהמ"ד אין ירושלים.

אין קהלת תולדות אהרן וועט היינט פארקומען א 'יום שכולו תורה' ווען די גאנצע קהלה קדושה וועט לערנען אינאיינעם עטליכע שעות ברציפות כהכנה לקבלת התורה.

ברוך דיין האמת: נעכטן נאכמיטאג איז נפטר געווארן אין וויליאמסבורג הרב החסיד הישיש בנן של קדושים ר' ארי' לייבוש טייטלבוים ז"ל, זון פון הרב החסיד ר' אהרן טייטלבוים ז"ל פון אוהעל, בן אחר בן פונעם הייליגן ישמח משה זי"ע, אין עלטער פון ניינציג יאר. די לוויה איז פארגעקומען פארנט פון ביהמ"ד הגדול ד'סאטמאר אויף ראדני סטריט אין וויליאמסבורג, אויפן וועג צום בית החיים אין קרית יואל וואו ער איז געקומען לקבורה. ער האט איבערגעלאזט א דור ישרים יבורך.

סקולען ב"פ - מאור חיים: עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן בן הגה"צ ר' שמואל מרדכי פארטוגאל שליט"א אבד"ק סקולען-ב"פ חתן הגה"צ ר' חיים דוב שטערן שליט"א אבד"ק סקולען-ב"ב, מיט הכלה בת הרה"ג ר' פנחס ארנסטר שליט"א בן הגה"צ ר' אליעזר ארנסטר שליט"א אב"ד מאור חיים צפת וחתן הגה"צ אבד"ד דברי חיים לאנדאן שליט"א. קאסאן - סאלקא - ראפשיץ: עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן בן הרה"ג ר' איתמר ראטטענבערג שליט"א בן הגה"צ אב"ד סאלקא שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מקאסאן לאנדאן שליט"א, מיט הכלה בת הרה"ג פנחס שלום ראטטענבערג שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מקאסאן הילקרעסט שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מראפשיץ שליט"א טשאקאווא - אב"ד קרית באבוב בת ים: עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן בן הרה"ג פנחס זעלטנרייך שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מטשאקאווא-קערעסטיר שליט"א חתן הגה"צ אבד"ק טאלטשאווא קרית יואל שליט"א, מיט הכלה נכדת הגה"צ אבד"ק קרית באבוב-בת ים שליט"א בת לחתנו הרה"ג בנציון אהרן וואקסמאן שליט"א. סאטמאר ב"פ - ספינקא - אולם: עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן בן הגה"צ ר' זלמן לייב מייזליש שליט"א דומ"ץ סאטמאר-ב"פ בן הגה"צ גאב"ד סאטמאר-ב"פ שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א, מיט הכלה בת הרב בעריש פרידמאן שליט"א אב"ד בית ישראל סידערהוירסט בן הגה"צ אבד"ק אולם שליט"א וחתן הגה"צ ר' משה סופר שליט"א אבד"ק פאפא-ירושלים. דברי אמונה - בונאס איירעס: עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן בן הרה"ג נפתלי קאהן שליט"א בן הגה"צ ר' אהרן קאהן שליט"א אב"ד דברי אמונה מאנסי וחתן הגה"צ אבד"ק לאנצהוט זצ"ל, מיט הכלה בת הרה"ג מרדכי אפרים פישל סופר שליט"א, בן הגה"צ אבד"ק בוענאס איירעס ארגענטינא שליט"א וחתן הגה"צ ר' יעקב יחזקאל שרגא הכהן גלאנץ שליט"א מבארדיוב קרית יואל. שמחת הברית פאר אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א בן לחתנו הרב מנחם נחום הורוויץ שליט"א אייניקל פון האדמו"ר ממעליץ-וומסב"ג שליט"א. שמחת הברית לנין האדמו"ר מספינקא נכד לחתנו הגה"צ רבי אשר ישעי איכנשטיין אב"ד ספינקא בני ברק, בן לבנו הרב אברהם אביש אייכנשטיין, חתן המשפיע הגה"צ רבי אהרן טויסיג שליט"א - במעונו של האדמו"ר מאמשינוב בבית וגן בירושלים.

היינט געפאלט די יארצייט פון הרה"ק בעל פרי חיים מקאמארנא זי"ע - נכדו כ"ק אדמו"ר מקאמארנא שליט"א וועט אפרעכטן די סעודת הילולא בביהמ"ד אין ירושלים.