1/4

טעגליכע נייעס באריכט מיטוואך בהעלותך


ברוך דיין האמת: אין בארא פארק איז נפטר געווארן הרה"ח הישיש ר' יהושע יאקעבאוויטש ע"ה, באקאנט אלס 'ר' דזיגעלע' אין עלטער פון 103 יאר נאכ'ן נישט זיין געזונט אין די לעצטערע חדשים. די לויה גייט ארויס 9 אזייגער פארנט פון ביהמ"ד ראחמיסטריווקא אין בארא פארק. שנשמע ונתבשר בשורות טובות.

שמחת החתונה פון החתן בן הגה"צ ר' שמואל מרדכי פארטוגאל אב"ד סקולען-ב"פ חתן הגה"צ אב"ד סקולען ב"ב שליט"א, מיט הכלה בת הרה"ג רבי יעקב זעוואלד שליט"א בן הגה"צ אב"ד אלטשטאט זצ"ל, די שמחה קומט פאר אין בני ברק. שאץ מאנטריאל - יאקא: היינט נאכט קומט פאר די שמחת החתונה פון החתן בן הגה"צ אבד"ק יאקא שליט"א חתן הגה"צ אבד"ק טאב שליט"א פון אמעריקא, מיט הכלה נכדת כ"ק אדמו"ר משאץשליט"א פון מאנטריאל בת לחתנו הרה"ג ר' ישי שובקס שליט"א בן הגה"צ ר' חיים דוד שובקס שליט"א דומ"ץ קהל מחזיקי הדת, עס קומט פאר אין ירושלים אויף א פארמאכטע פארנעם. דער זיידע כ"ק אדמו"ר משאץ שליט"א וועלכע קען זיך נישט באטייליגן ביי די חתונה, וועט אפרעכטן א מסיבת לחיים בביתו נאוה קודש אין "מאנטריאל" לרגל השמחה.


שמחת התונה פון החתן נכד כ"ק אדמו"ר מדאראג שליט"א בן לחתנו הרה"צ ר' ישראל פאנעט שליט"א בן הגה"צ רבי מנשה שמחה פאנעט שליט"א מקארלסבורג מיט הכלה נכדת הרה"ג רבי חיים רוטנר שליט"א בת לבנו הרה"ג ר' אהרן רוטנר שליט"א, די שמחה קומט פאר אין ביהמ"ד הגדול דאראג אין בני ברק.


עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן בן המשפיע הרה"צ רבי אברהם אלימלך בידערמאן שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מזוטשקא זצ"ל, מיט הכלה נכדת כ"ק אדמו"ר מפיטסבורג שליט"א בת לחתנו הרה"ג יעקב האגער שליט"א בן הגה"צ אב"ד סערט-וויזניץ-ים שליט"א.

שמחת הברית בבית וויזניץ-לונדון: שמחת הברית פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פון לאנדאן, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א, א זון ביי הרב חיים מאיר האגער שליט"א, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מספינקא הרה"צ ר' חיים אייזיק כהנא שליט"א. - די שמחה קומט פאר אין ביהמ"ד נצח מנחם ספינקא אין מאנסי, אין שפיץ פונעם זיידן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וועלכער איז צוגאסט דאהי פון לאנדאן.

שמחת הברית בבית צאנז: שמחת הברית פון א אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, בן הנולד ביי זיין אייניקל הרב דוד האלבערשטאם שליט"א, זון פון הגה"צ ר' יחזקאל שרגא ברוך האלבערשטאם שליט"א רב הצעיר דקרית צאנז, איידעם ביי הגה"צ גאב"ד ראדאמישלא רמות שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ ר' משה היילפערין שליט"א אבד"ק בית שמואל ראדאמישלא אין גאלדערס גרין אין לאנדאן, די שמחה קומט פאר אין הויף פון שטוב פון כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א אין קרית צאנז נתני'.

עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פונעם חתן א זון ביי הרב ברוך פרענקל שליט"א, איידעם ביי הגה"צ ר' פייוויל האלבערשטאם זצ"ל מקשאנוב, מיט די כלה א טאכטער ביי הרב נפתלי הירצקא קליין שליט"א, זון פון הגה"צ ר' מרדכי בצלאל קליין שליט"א דומ"ץ סאטמאר לעיקוואד, און איידעם ביי הגה"צ ר' פנחס יעקב אויש זצ"ל אבד"ק וואולקאן.

היינט י"א סיון געפאלט די יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק ר' יודעלע מדזיקוב זי"ע, פילע אידן שטראמען צום ציון הק' אויפן בית החיים אין ענפיעלד לאנדאן

די יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק בעל מנחת יצחק זי"ע גאב"ד ירושלים עיה"ק, פילע אידן שטראמען צום ציון הק' אויפן הר הזיתים