1/4

ערשטמאליגעגאר היסטארישע באגעגעניש


גאר א היסטארישע באגעגעניש איז אפגעהאלטן געווארן אין שטוב פון די מדינת ישראל פרעימיער מיניסטער בבי נתניהו, ווען מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א איז געקומען אויף אן ערשט-מאליגע  פריוואטע באזוך. די באזוך איז פארגעקומען נעכטן דינסטאג נאכט – מוצאי לג' בעומר, ווען מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א איז אנגעקומען אויף א היסטארישע באזוך צום פריוואטן וואוינונג פון נתניהו אין שטעטל 'באלפור' אין באגלייטונג פון חה"כ יענקי טעסלער הי"ו. אנהויב די באזוך האט זיך דער רבי באדאנקט פאר'ן פרעימיניסטער אויף זיין גוטע ארבעט אפצוהאלטן די 'טשיינע קרענק' פון אנקומען קיין ארה"ק. דערנאך האט זיך פארצויגן א שמועס צווישן פיהר אויגן אין לויף פון פינף-און-פערציג מינוט. לויט ווי ס'ווערט באריכטעט האט דער רבי גערעדט צום ראש ממשלה איבער אנגעלעגנהייטן וואס זענען נוגע פאר חרדישע יודן אין אר"י און בפרט איבער דעם נייעם 'חוק הגיוס' וועלכע וועט באשטעטיגט ווערן אין די נאנטע צוקונפט. דאס קומט נאכדעם וואס היינט איז געחתמע'ט געווארן די ענדגילטיגע פארמירונג פאר א פרישע קאליציע אין די מדינת ישראל פארלימענט, צוזאמען מיט די חרדישע פארטייען. אין אנדערע נייעס ווערט פארשפרייט א מערקווינד געשיכטע מיט'ן רבי'ן שליט"א אין מירון: ווי ברייט באריכטעט איז מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א אנגעקומען ביום לג' בעומר אויף א תפלה אין אתרא קדישא מירון. נאכ'ן דאווענען א לענגערע צייט איז דער רבי געווען געצווינגען צו פארלאזן די חצר המערה לויט די פארלאנג פון די פאליציי און דער רבי איז דאן אריבערגעפארן צו די באיא'נע שטח אויפן דאך פון די מערה, ווייטער מתפלל צו זיין. אנקומענדיג אהין האט דער רבי באמערקט ווי איינער טוט אויסשפרייטן זאמד אויף די שטיגן וואס פירן צו די פלאטפארמע פון די הדלקה, וועלכע איז געווען פארשמירט מיט אויל און ס'איז געווען א סכנה זיך אויסצוגליטשן. נאכ'ן דאווענען האבן די גבאים געזאגט פאר'ן רבי'ן אז אזוי ווי עס איז שווער פאר'ן רבי'ן ארויפצוגיין די שטיגן ביז צו די פלאטפארמע, קען מען אנצינדען די הדלקה אונטן אויף די ערד אנדעם וואס דער רבי זאל זיך דארפן מטריח זיין און זיך ארויפשלעפן. דער רבי האט אבער בשום אופן נישט מסכים געווען זאגענדיג: "דא איז געשטאנען א יוד און זיך איבערגעארבעט אויסצושפרייטן זאמד אויף די ערד, וויבאלד ער האט געטראכט אז איך וועל זיך באנוצן מיט די טרעפ, און יעצט אז איך וועל נישט ארויפגיין די טרעפ וועט זיך יענער שפירן. עס איז מיר בעסער זיך אנצושטרענגען און זיך מטריח זיין ווי איידער וויי-טון א אידישע קינד!"...