1/4

שבת פרשת בהר בחוקותי‎


מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א וועט וויילן דעם שבת אין שטאט חצור, עס וועלן זיך באטייליגן די חתנים וואס האבן חתונה דעם קומענדיגן חודש סיון הבעלל"ט.


כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א וועט וויילן אויף דעם שבת אין הר יונה בקרב חסידיו.


כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א וועט וויילן דעם שבת אין עיה"ק צפת אין שטוב פון הרה"ח ר' יצחק משה יאגודא הי"ו.


כ"ק בעל עמק התשובה מקארלסבורג שליט"א וויילט אויף דעם שבת אין אתרא קדישא מירון.


הגה"צ אב"ד שאפראן ב"פ שליט"א וועט וויילן אויף דעם שבת אין וויליאמסבורג, דער רב שליט"א וועט פראווענען אין ביהמ"ד שאפראן אין שטאט.


הגה"צ אב"ד שאפראן שליט"א וועט וויילן אויף שבת אין מחנה נייטרא אין די קעטסקילס ווי דער רב שליט"א וועט וויילן אויף אפרוה.


השלום זכר לרגל הולדת הנין כ"ק בעל עמק התשובה מקארלסבורג שליט"א קארלסבורג, נכד לבנו הרה"צ רבי משה רוטה שליט"א רב הצעיר וראב"ד קארלסבורג, בן לחתנו הרב יהושע העשיל הלברשטאם. 

הקידושא רבא לרגל הולדת הנכדה לאדמו"ר מויז'ניץ, בת לחתנו הרב מנחם מנדל הגר, בן הגה"צ רבי ישראל אליעזר הגר אב"ד סערט ויזניץ ירושלים.

הקידושא רבא לרגל הולדת הנכדה אצל כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א פון 48, בת לחתנו הרב אריה לייביש גולדברגר.

שמחת בית קארלסבורג: עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן אייניקל פון הגה"צ ר' יעקב אלי' אונסדארפער שליט"א אב"ד ראשית חכמה מונטריאל בן הרב הערשל טייטלבוים שליט"א בן כ"ק גאב"ד נירבאטור שליט"א, מיט הכלה אור-אייניקל פון כ"ק בעל עמק התשובה מקארלסבורג שליט"א, אייניקל ביים איידעם הגה"צ ר' משה פרידמאן שליט"א דומ"ץ סאטמאר-ב"פ, בת להרב יחיאל נפתלי קליינמאן שליט"א.

שמחת בית מעליץ: עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן בן הרב יהושע ברוך לעבאוויטש שליט"א ראה"כ נייטרא מאנט-קיסקא בן הגה"צ גאב"ד וואודרידזש שליט"א, מיט די כלה בת הרב משה מנחם הורוויץ שליט"א בן הרב ברוך שליט"א דומ"ץ מעליץ בן כ"ק אדמו"ר ממעליץ-וומסב"ג שליט"א.


שמחת בית נדבורנא-אראד: עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן בן האדמו"ר מאראד-רמת אלחנן שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מנדבורנא-אראד זצ"ל, מיט די כלה בת הרב יעקב מאיר שטיינמעץ שליט"א בן הגה"צ ר' מרדכי שלמה שטיינמעץ שליט"א רב קהלת ויזניץ-הר נוף וראה"כ ד'וויזניץ חתן הרה"ג ר' ברוך כ"ץ שליט"א רב ביהמ"ד ויזניץ-רחוב ר"ט ב"ב.