1/4

היסטארישע נסיעה קיין מעזיבוזש‎

היינט איז ענדגילטיג באשטעטיגט געווארן אז אין א היסטארישע שריט ווען כ"ק אדמו"ר מוויזניץ-מונטריאל שליט"א אונטערנעמען א 'מסע קודש' קיין מעזיבוזש, אוקריינא, ווי דער רבי וועט פראווענען דעם קומענדיגן יו"ט שבועות הבעלל"ט סמוך ונראה צום ציון הק' פון אור שבעת הימים דער בעל שם טוב הקדוש זי"ע. עס וועלן מיטפארן מיט'ן רבי'ן א געקליבענע צאל פון בערך צוואנציג חסידים וועלכע האבן ערהאלטן די נויטיגע ערלויבענישן אריינצופארן קיין אוקריינא וועלןכע איז גענצליך פארשלאסן אין די יעצטיגע צייטן, און וועלן זיין די איינציגסטע קבוצה אויף דעם יו"ט שבועות אין מעזיבוזש.