1/4

טעגליכע נייעס באריכט דינסטאג בהעלותך


כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פון מאנטריאל קערט זיך היינט צוריק קיין מאנטריאל נאכן וויילן אין מעזיבוזש אוקריינא אויף יום טוב שבועות

כ"ק אדמו"ר מסלאנים שליט"א וועלכע האט זיך אויפגעהאלטן אין לויף פון די פארלאפענע תקופה אין ירושלים, קערט זיך היינט צוריק למעונו אין בני ברק


כ"ק אדמו"ר מקאפישניץ שליט"א קומט היינט אן אויף א תפלה ביים קבר דוד המלך און דערנאך ביים כותל המערבי.

שמחת בית ויזניץ - טשערנאביל - בערזאן: היינט נאכט קומט פאר די שמחת החתונה פון החתן בן הגה"צ אב"ד בערזאן שליט"א בן הגה"צ אב"ד ראדאמישלא רמות שליט"א, וחתן כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א מיט הכלה נכדת כ"ק אדמו''ר מויזניץ שליט"א בן לבנו הרה''צ רבי יצחק ישעי' האגער שליט"א, די שמחה קומט פאר אין ביהמ"ד הגדול אין שיכון ויזניץ אין בני ברק. די קבלת פנים איז בלויז פאר בחורי ישיבה גדולה, די סעודה בלויז פאר בני המשפחה. אין ביהמ"ד וועלן נאר זיין יונגעלייט העכער די דרייסיג און יונגעלייט אויף די גאלעריעס. תלמידי ישיבות קטנות און קינדער זענען נישט ערלויבט אריינצוקומען.


שמחת בית ראחמסטריווקא - זידיטשוב שיקאגא: די צענטראלע שמחת השבע ברכות פון החתן יונגסטן זון ביי הגה"צ ר' דוד משה טווערסקי שליט"א, בן כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, וחתן כ"ק אדמו"ר מדאמבראווא זצ"ל, מיט הכלה בת הגה"צ ר' פנחס שלום אייכענשטיין שליט"א אב"ד חודרוב שיקאגא, בן כ"ק אדמו"ר מזדיטשויב שיקאגא שליט"א,וחתן הגה"צ ר' אלי' שטערנבוך זצ"ל ראב"ד אנטווערפן. – די שמחה קומט פאר ברוב פאר והדר אין ביהמ"ד הגדול ראחמסטריווקא אין בארא פארק.


שמחת בית באבוב 45 - דינוב - טשענסקאוויץ - טעטש: שמחת החתונה פון החתן בן הגה"צ ר' בנציון משה האלבערשטאם שליט"א בן הגה"צ אבד"ק טשענסקאוויץ-פאקשעוויץ-מאנסי שליט"א חתן הגה"צ אבד"ק טעטש זצ"ל, מיט די כלה בת הגה"צ ר' הערשיל ראבינאוויטש שליט"א אב"ד באבוב-מאנסי בן כ"ק אדמו"ר מדינוב שליט"א וחתן הגה"צ אבד"ק באבוב-45 שליט"א - אין די קעטסקילס אויף א פריוואטע פארנעם.

שמחת החתונה פון נכד כ"ק אדמו"ר מקאלושין שליט"א בן לחתנו הרה"ג ר'  שמואל שישא שליט"א, מיט הכלה בת הרה"צ ר' יהושע אשר כהנא שליט"א בן הרה"צ רבי אלימלך כהנא מספינקא ב"ב זצ"ל וחתן כ"ק אדמו"ר מקאסוב ירושלים זצ"ל, די שמחה קומט פאר אין זאל פון בנות ירושלים אין ירושלים.


שמחת בית זוטשקא-ראחמיסטריווקא: שמחת הווארט פון בן כ"ק אדמו"ר מזוטשקא שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר משאץ שליט"א, מיט הכלה נינת כ"ק אדמו"ר מראחמסטריווקא שליט"א נכדת בנו הרה"צ רבי מרדכי זצ"ל בת בנו הרה"ג ר' לוי שליט"א חתן הרה"צ רבי יעקב מרדכי טווערסקי מטשערנאביל שליט"א חתן הגה"צ אב"ד ראדאמישלא רמות שליט"אדי שמחה קומט פאר אין זאל פון זוטשקא אין בני ברק.


שמחת הברית לבן הנולד ביי כ"ק אדמו"ר מראדוויל שליט"א, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א. - די שמחה קומט פאר אין ראדווילע בית המדרש אין פלעטבוש.


שמחת החתונה פון החתן בן הרב בעריש טירנויער שליט"א בן הגה"צ דומ"ץ סאטמאר-מונטיראל שליט"א חתן הגה"צ אבד"ק שארמאש שליט"א, מיט די כלה בת הרב ליפא גראס שליט"א בן הגה"צ אבד"ק שארמאש שליט"א חתן הגה"צ אבד"ק ווייטצען שליט"א.

עס איז געשלאסן געווארן די שידוך החתן בן הרב מרדכי יהודה פיש שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מהאדאס שליט"א חתן הגה"צ אבד"ק וואדקערט שליט"א, מיט די כלה אייניקל ביי הרה"ק מקאסאן זצ"ל אייניקל ביים איידעם הרה"צ ר' אליעזר ליפא בערגער שליט"א ממישקאלץ, בת לבנו הרב חיים שלמה בערגער שליט"א אב"ד ליבאטשוב חתן הגה"צ ר' יעקב ראטענבערג שליט"א מקאזאווא.

עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון עלטסטן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מבאלחוב שליט"א החתן בן לבנו הרב זלמן לייב לאבין שליט"א, מיט די כלה בת הרב יצחק אייזיק קעפעטש שליט"א ר"י ישרש יעקב.

עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון אן אייניקל ביי כ"ק בעל עמק התשובה קארלסבורג שליט"א החתן בן לבנו הגה"צ ר' עמרם ראטה שליט"א אב"ד האמאראד וחתן הגה"צ ר' נתן יוסף מייזעלס זצ"ל אבד"ק אבני שלמה, מיט די כלה בת הרב משה יצחק פריעדמאן שליט"א חתן הגה"צ ר' שמחה מאיר דייטש שליט"א אבד"ק דעטרויט חתן הגה"צ אבד"ק אבני שלמה זצ"ל.

עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן בן הגה"צ ר' יהודה חיים האלבערשטאם שליט"א אבד"ק נאסויד-ב"פ, מיט די כלה בת הגה"צ ר' מרדכי ישראל חיים סאמעט שליט"א אדמו"ר מסאמבור-ב"פ.


עס איז געבוירן געווארן אן אייניקל ביי כ"ק בעל עמק התשובה מקארלסבורג שליט"א, אייניקל ביי בנו הגה"צ רב הצעיר וראב"ד קארלסבורג שליט"א, בן הנולד אצל חתנו הרב יואל זוסמאן הורוויץ שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מתולדות צבי ספינקא שליט"א

היינט געפאלט די יארצייט פון הרה"ק ר' משה מרוזודוב זי"ע, נכדו כ"ק אדמו"ר מסטוטשין שליט"א וועט אפרעכטן א שלחן הטהור בבית מדרשו אין בארא פארק.


היינט געפאלט די יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק בעל יד אליעזר משעניצא זי"ע, פילע אידן גייען ארויף צום ציון הק' אויפן בית החיים חלקת שעניצא אין ניו דזשערזי. אזוי אויך וועט דארט פארקומען די מעמד הקמת המצבה אויפן ציון פון חתנו כ"ק אדמו"ר משעניצא זצ"ל ככלות השנה לפטירתו. ביינאכט וועט פארקומען די יארצייט סעודה אין בית המדרש שעניצא אין בארא פארק.