1/4

חתונה תקנות אסיפה פין אלע חרדישע קהילות אין ניו יארק ‎

ווי ברייט באריכטעט איז היינט מאנטאג פארנאכט'ס אפגעהאלטן געווארן א דריגענדע אסיפת עסקנים ווי עס האבן זיך באטייליגט צענדליגע עסקני הקהלות פון די גרעסערע קהלות פון איבער גרעיטער ניו יורק און ני דזורסי, און עס זענען אויפגעברענגט געווארן פארשידענע פלענער ווי אזוי אנצוהאלטן די יעצטיגע איינגעצוימטע סטאנדארטן אויך אויף שפעטער ווען די עפעדעמיע וועט בעז"ה אריבערגיין בקרוב. דאס קומט אין די זעלבע צייט וואס אין ארה"ק איז אפגעהאלטן געווארן אזא סארט אסיפה אין שפיץ פון הגה"צ ר' חיים שמערלער שליט"א ראש ישיבת חיי תורה וועלכע האט געשלאגן ווארצלען און פארשידענע גרויסע קהלות האבן שוין געטון למעשה און שטעלן אהער קלענערע שמחה-זאלן פאר גאר ביליגע פרייזן וועלכע שפארט שווערע טויזענטע דאלארן פון מחותנים.