1/4

כ"ק אדמו"ר מצאנז זצ"ל - למנוחות‎

נצחו אראלים את המצוקים ונשבה ארון הקודש: מיט גרויס צער איז אויפגענומען געווארן די ביטערע בשורה איבער די הסתלקות פון זקן האדמורי"ם כ"ק אדמו"ר מצאנז זצ"ל מב"פ וועלכע איז איז נסתלק געווארן לשמי מרום בעצם יום השבת אין עלטער פון 96 יאר. דער רבי זצ"ל איז געבוירן ביום שביעי של פסח שנת תרפ"ד צו זיין פאטער הגה"צ ר' ברוך מגריבוב זצ"ל הי"ד וועלכע איז אויך געוועהן 'רב הצעיר' אין שטאט צאנז און צו זיין מוטער איז געוועהן א טאכטער פון הרה"ק ר' סיני מדזמיגראד זצ"ל בן הרה"ק דער גארליצער רב זצ"ל זוהן פונעם הייליגן דברי חיים זי"ע.

דער רבי זצ"ל האט זיך געווייקט ביים זיידן הרה"ק מדזמיגראד זי"ע און האט דורכגעלעבט דעם ביטערן צווייטן וועלט-קריג און געשמאכטעט עטליכע יאר אין די ביטער-באקאנטע 'סיביר טויט לאגער'. די צווייטע נאכט סוכות תש"ה איז דער רבי אנגעקומען מיט די שיף קיין ניו יורק אינאיינעם מיט זיין ברודער ר' חיים אהרן ע"ה. אין די ערשטע יארן האט דער רבי געוואוינט אין בראנסוויל און דארט אויפגעשטעלט דאס ביהמ"ד 'רעים האהובים' ווי די עלטערע גאליציאנע חסידים האבן זיך געפונען א ווארעם ארט לתורה ולחסידות. אין ניו יורק האט דער רבי זצ"ל גענאסן א געוואלדיגע התקרבות ביי הרה"ק מסאטמאר זי"ע און האט אסאך ארויסגעהאלפן די סאטמארע מוסדות און בפרט 'מפעל קרן הצלה' מיט פאנטאסטישע סומעס.

בשנת תשכ"ד האט די רבי געעפענט דאס ביהמ"ד נאך שטארקע הפצרות פון די גדולי הדור. עס איז לעגענדאר באקאנט דעם רבינ'ס געוואלדיגע צדקה וחסד, וואס דער רבי האט פארטיילט מיליאנען דאלרארן לעניי ארץ הקודש און אויפגעשטעלט דעם 'וועד הכנסת אורחים' ווי ס'ווערט צוגעשטעלט אש"ל מלא און סעודות שבת ויו"ט פאר אורחים און משולחים. איינס פון די גרויסע אויפטוהונגען פון רבי'ן איז דער 'מכון היוחסין'  וואס די רבי האט אוועקגעשטעלט נאכן קריג, כדי אנצוהאלטן די כשרע יוחוס ביי כלל ישראל.

דער רבי זצ"ל האט זיך דורכאויס אלע יארן געפירט גאר באשיידן און האט נישט געמאכט פון זיך קיין וועזן. דער רבי זצ"ל איז געווען פון די לעצט-פארבליבענע קייטלעך וועלכע האבן פארבינדען דעם היינטיגן דור צום אמאל, והצדיק אבד לדורו אבד. די לויה איז ארויס נעכטן מוצ"ש פארנט פון ביהמ"ד צאנז אין בארא פארק אויפן וועג צום צאנז'ע חלקה אין ניו דזורסי וואו ער איז געקומען לקברוה. וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'.