1/4

והדרת פני זקן

נאכדעם וואס אין קרית יואל האט מען שוין געעפענט די בתי מדרשים, ישיבות און מקוואות בלויז פאר יודן יונגער ווי זעכציג, האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א געבעטן פון די עסקנים אויסצוטרעפן א וועג ווי אזוי עלטערע יודן העכער די זעכציג זאלן אויך קענען האבן די מעגליכקייט צו דאווענען מיט מנין און גיין אין מקוה. די עסקנים האבן אויסגעארבעט אז עלטערע יודן וואס האבן גענומען די 'אנטיבאדי-טעסט' וועלן באקומען א ספעציעלע קארטל וואס וועט זיי ערלויבן אריינטריט אין די בתי מדרשים און מקוואות. די עסקנים בעטן אז אויך די עלטערע יודן וואס קומען אין ביהמ"ד איז דאס אויף זייערע אייגענע אחריות און זאלן דורכגיין די פרטים מיט זייער דאקטער און חלילה נישט לייכט נעמען דאס גאנצע סיטואציע.