1/4

גדולה מיתת צדיקים כשריפת בית אלוקינו

מיט גרויס צער און ווייטאג קומט אן די ביטערע בשורה פון בארא פארק איבער די פריצייטיגע הסתלקות פון הגה"צ רבי יהונתן בנימין גאלדבערגער זצ"ל אבד"ק ביקאווסק, וועלכע איז נפטר געווארן אין עלטער פון 70 יאר נאכ'ן ליידן פון פארשידענע געזונטהייט פראבלעמען אין די לעצטערע יארן. דער רב זצ"ל איז געווען אן איידעם ביי הרה"ק בעל דברי שלמה מבאבוב זצ"ל און האט לאנגע יארן געדינט אלס 'ראש הכולל' פון די באבוב'ע כולל אין בארא פארק. די לויה איז ארויס פארנט פון זיין ביהמ"ד אין בארא פארק אויפן וועג צום באבוב'ע ביה"ח אין ניו דזורסי. וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'.