1/4

טעגליכע נייעס באריכט דינסטאג בהעלותך


סאטמאר - דושינסקיא - סיגעיט - קארוב: שמחת החתונה פון הכלה נכדת כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, בת לחתנו הגה"צ ר' דוד דוב דושינסקיא שליט"א רב דביהמ"ד אהל פיגא אין קרית יואל בן כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א חתן הגה"צ גאב"ד סיגעיט שליט"א, מיט החתן בן כ"ק אדמו"ר מקארוב שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מקאזלוב זצ"ל חתן כ"ק אדמו"ר מוואוידיסלאוו זצ"ל, מיט  די שמחה קומט פאר אין ביהמ"ד הגדול סאטמאר אין קרית יואל.


כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א וועלכע האט זיך נישט געקענט קומען באטייליגן ביי די שמחה צוליב די יעצטיגע אומשטענדן, וועט אפרעכטן א מסיבת לחיים אין ביהמ"ד הגדול אין ירושלים נאך תפלת מעריב לכבוד די שמחה. אין קהלת דושינסקיא איז געמאלדן געווארן אז מ'וועט אינאיינעם לערנען דריי שעות ברציפות און אויך ארויפגיין צו די ציונים הקדושים פון הרבנים לבית דושינסקיא זי"ע לכבוד די שמחה.


ראחמסטריווקא - וויזניץ קיימישא - סקולען: שמחת החתונה פון החתן בן הגה"צ ר' יואל מאסקאוויטש שליט"א רב דביהמ"ד מאור הגולה מאנטריאל, בן כ"ק הגה"צ ר' יצחק אלעזר מאסקאוויטש שליט"א משאץ, חתן כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א, מיט הכלה דאפלטע אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, א טאכטער ביי הרה"ג ר' מרדכי פינחס טווערסקי שליט"א ראש ישיבת עסק התורה ראחמיסטריווקא, בן הגה"צ ר' דוד משה טווערסקי שליט"א, וחתן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פון קייאמישא. די חתונה וועט געפראוועט ווערן אויף א פריוואטע פארנעם אין זאל פון ת"ת און צעהן אזייגער וועט זיין די לחיים און ריקודין אין ראחמיסטריווקא בית המדרש אין בארא פארק.


שמחת החתונה פון דאפלטע אייניקלעך ביי כ"ק אדמו"ר מסלונים שליט"א, החתן בן לחתנו הרב פנחס אליעזר שלאף שליט"א בן הגה"צ ר' יחזקאל דוד הכהן שלאף שליט"א אבד"ק ביאלאווא, מיט די כלה בת לחתנו הרב אורי ווייסבלום שליט"א - אין ביהמ"ד הגדול סלונים אין ירושלים.


שמחת החתונה פון החתן בן הגה"צ ר' יצחק אייזיק לאבין שליט"א אדמו"ר מזידטשויב בני ברק, חתן הגה"צ ר' חיים אליעזר האראנטשיק זצ"ל מלעלוב, מיט די כלה בת הגה"צ ר' שלום פאללאק שליט"א  מבערעגסאז ירושלים בן כ"ק אדמו"ר בעל אמונת איתן מבערעגסאז זצ"ל - פארנט פון די גן הארועים זאל אין תלפיות געגנט אין ירושלים.


קאלוב - ראפשיץ - פארשעי - טענקא: שמחת החתונה פון אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מפארשעי שליט"א בן לבנו הרה"ג ר' דוד טובי' ראטענבערג שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מראפשיץ שליט"א, מיט הכלה נכדת כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א לרפו"ש בת לחתנו הגה"צ אבד"ק שמן למנחה נאדפאלי שליט"א בן כ"ק גאב"ד טענקא שליט"א, די שמחה קומט פאר אויף א פריוואטע פארנעם אין די זאלן פון עטרת טשארנא אין מאנסי.


סקולען ב"ב - ר"י טשעבין: שמחת החתונה פון החתן בן הרה"ג ר' שמעלקא האלפערט שליט"א בן הגה"צ ר' מאיר האלפערט שליט"א וחתן הגה"צ ר' חיים דוב שטערן שליט"א אבד"ק סקולען בני ברק, מיט הכלה בת הרה"ג ר' בעריש פעלדמאן שליט"א בן הגה"צ ר' זאב פעלדמאן שליט"א רב דקהל תורה עץ חיים אין לאנדאן וחתן הגה"צ ראש ישיבת טשעבין שליט"א, די שמחה קומט פאר אין סקולענע בית המדרש אין בני ברק.


שמחת הבר מצוה פון אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א הבחור בן לבנו הגה"צ ר' אהרן טווערסקי שליט"א אב"ד טשערנאביל ירושלים חתן הגה"צ ר' מרדכי טווערסקי זצ"ל, זון פון כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א - אין די נאכמיטאג שעות אין ביהמ"ד הגדול טשערנאביל אין בני ברק אינאיינעם מיט די שמחת השבע ברכות פון א אייניקל ביים רבי'ן. שפעטער ביינאכט וועט געפראוועט ווערן א מסיבת לחיים אין די נייע טשערנאבילע בית המדרש אין ירושלים.


שמחת הברית פון אן אור-אייניקל ביי כ"ק גאב"ד קארלסבורג שליט"א און אן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מתולדות צבי ספינקא שליט"א בן הנולד ביי הרה"ג ר' יואל זוסמאן הורוויץ שליט"א דומ"ץ קארלסבורג חתן הגה"צ ר' משה רוטה שליט"א רב הצעיר וראב"ד קארלסבורג, די שמחה קומט פאר אין ביהמ"ד קהל יראי ה' קארלסבורג אין בארא פארק.


שמחת השבע ברכות בבית לעלוב-ב"ש – קארלין-לעלוב: אין ספינקא זאל אויף רחוב דונולא אין בני ברק, צוגעשטעלט דורך קהילת קארלין לעלוב אין בני ברק.


עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן בן הגה"צ ר' יצחק ווייסבלום שליט"א אבד"ק זעליחוב, בן כ"ק אדמו"ר משעניצא זצ"ל וחתן  הגה"צ ר' משה גרויס שליט"א מקערעסטיר בערבעשט, מיט די כלה בת הרב שלמה קערנקרויט שליט"א חתן הגה"צ ר' יוסף מאיער שליט"א ראש ישיבת מאור התורה.


ברכת מזל טוב לידידינו העומד לימינינו החתן ישראל ביסטאן ני"ו פון שיכון סקווירא לרגל שמחת נשואיו למז"ט.

היינט געפאלט די יארצייט פון הגה"צ בעל אור שלום מוויזניץ ב"פ זצ"ל, בנו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פון בארא פארק, וועט ארויפגיין צום ציון הק' און אפרעכטן די סעודת הילולא לכבוד די יארצייט

היינט געפאלט די יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק בעל בית אהרן מקארלין זי"ע. כ"ק אדמו"ר מלויצק שליט"א וועט אפרעכטן א 'מסיבת לחיים' אין ישיבת חיי תורה אין ביתר און פארנאכט'ס אפרעכטן דעם שוחלן הטהור בביהמ"ד אין ירושלים. כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א וועט אפרעכטן די סעודת הילולא בבית מדרשו אין די בית ישראל געגנט אין ירושלים.


היינט געפאלט די יארצייט פון הרה"ק בעל אוהל משה ממאקאווא זי"ע, הגה"צ גאב"ד מאקאווא שליט"א וועט אפרעכטן א סעודת הילולא בבית מדרשו אין בארא פארק.


היינט נאכט געפאלט די יארצייט פון כ"ק אדמו"ר בעל זכרון יעקב מדעעש זצ"ל. כ"ק אדמו"ר מדעעש-ב"ב שליט"א וועט אפרעכטן די  יארצייט טיש בביהמ"ד אין בני ברק.


היינט געפאלט די יארצייט פון כ"ק אדמו"ר ר' מרדכי מאיר מזלאטשוב זצ"ל בן כ"ק אדמו"ר ר' מיכל'ע מזלאטשוב-נתני' זצ"ל - מ"מ הרה"צ מזלאטשוב שליט"א וועט ארויפגיין צום ציון הק' און אפרעכטן די סעודת הילולא אויף א פריוואטע פארנעם.