1/4

טעגליכע נייעס באריכט מיטוואך אמור


כ"ק בעל עמק התשובה שליט"א איז היינט אנגעקומען קיין ארה"ק אין באגלייטונג פון בנו הגה"צ רב הצעיר ד'קארלסבורג שליט"א. דער רב שליט"א איז תיכף צוגעפארן קיין אתרא קדישא מירון און וועט זיך דארט אויפהאלטן מיט אן מנין מצומצום אין לויף פון די קומענדיגע דריי וואכן.


עס ווערט  געמאלדן אז כ''ק אדמורי"ם מתולדות אברהם יצחק, ויזניץ, קאפישניץ, ראחמסטריווקא, הגה"צ ר' מנחם ארנסטר, הגה"צ גאב"ד בני ברק און הרב דוב לאו שליט''א וועלן דעם קומענדיגן ל''ג בעומר ארויספארן קיין אתרא קדישא מירון אין באגלייטונג פון אן ענגע צאל מקורבים מיט ספעציעלע ערלויבענישן און וועלן זיך אין א היסטארישן שריט באטייליגן ביים צענטראלען מעמד ההדלקה דורך כ''ק אדמו"ר מבאיאן שליט''א בליל ל''ג בעומר. אין אנדערע נייעס ווערט באריכטעט, אז מערערע אדמורי"ם ורבנים טוען אין די טעג אנקומען קיין אתרא קדישא מירון.


נעכטן איז הגה"צ גאב"ד מאקאווא שליט"א אנגעקומען אויף א תפילה ביים ציון הרשב"י, און היינט אויפדערנאכט וועט כ"ק אדמו"ר מקאליב שליט"א אנקומען אויף א תפילה ביים ציון הרשב"י


היינט מיטוואך געפאלט די יום השלושים צו די קבורה פון הרבנית הצדיקת מצאנז קלויזענבורג ע"ה מחברתה הטהורה פון הגה"ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזענבורג זי"ע. בנה כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א וועט ארויפגיין צום אוהל הק' אויפן ביה"ח אין נתני' 5:30 נאכמיטאג, און דערנאך אפרעכטן א לחיים טיש און סיום הש"ס בביתו נאוה קודש און עס וועט ווערן אריבערגעפירט דורך א לייוו הוק-אפ צו די הונדערטער חסידים איבער די וועלט.


ככלות השלושים צו די הסתלקות פון כ"ק אדמו"ר מאמשינוב מב"פ זצ"ל - וועלן די בני המשפחה און שפיץ פון בנו וממלא מקומו כ"ק אדמו"ר מאמשינוב מב"פ שליט"א ארויפגיין צום ציון הק' אויפן אלטן ביה"ח אין טבריה.

היינט קומט פאר די שמחת הבר מצוה פאר אן אור-אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר 

מתולדות אברהם יצחק שליט"א, און כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א לרפו"ש, כ"ק גאב"ד זכרון מאיר שליט"א און כ"ק גאב"ד טענקא שליט"א: הבחור בן הרב שמעון יצחק וואזנער שליט"א בן הגה"צ אבד"ק מחזה אברהם שליט"א חתן הגה"צ אבד"ק קאלוב-ביתר שליט"א - במעון קדשו פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א אין ירושלים.

עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן בן הגה"צ אבד"ק נאסויד-ב"פ שליט"א חתן הגה"צ אבד"ק דזעריש שליט"א, מיט די כלה בת הרב בעריש קליינמאן שליט"א בן הגה"צ ר' מאיר שמואל זצ"ל ממאגרעטן חתן הגה"צ ר' ישראל דאכנער שליט"א מבארנוב-קרית יואל.

ניחום אבלים: צו די פטירה פון הגה"צ ר' יונתן בנימין גאלדבערגער זצ"ל אבד"ק ביקאווסק, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר הרה"ק ר' שלמה מבאבוב זי"ע, עס זיצן שבעה זיין ברודער הגה"צ ר' לייבוש גאלדבערגער שליט"א אבד"ק מעדיער, און זיינע קינדער הגה"צ שמעון גאלדבערגער שליט"א אבד"ק ביקאווסק, הרב בנציון שליט"א, הרב לייבוש שליט"א, און הרב שלום אליעזר שליט"א. די טעכטער אשת הרב מנחם מענדיל שטערן שליט"א, הרב בנציון שלמה מיללער שליט"א, הרב אברהם ענגלאנדער שליט"א, הרב שמואל דוד סאמעט שליט"א, הרב אשר אבא כ"ץ שליט"א, און הרב זלמן לייב לאנדא שליט"א.

היינט געפאלט די יארצייט פון הגה"צ ר' יהודה צבי ב"ר שטיינער זצ"ל א ברודער פון הרה"ק ר' ישעי'לע קערעסטיר זי"ע - פילע יודן גייען ארויף צום ציון הק' אויפן ביה"ח אין סטעטן-איילענד וועלכע איז באוואוסט אלס מקום מסוגל לישועות.