1/4

טעגליכע נייעס באריכט מאנטאג בהר בחוקותי


היינט נאכט קומט פאר א סיום מסכת דורך חבורת זכרו, עס וועט פארקומען אויפן טעלעפאון און כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וועט אויפטרעטן בדברות קודש.  

לג' בעומר

הדלקה באתרא קדישא מירון: לויט די יעצטיגע באריכטען וועט צוגיין די סדר פון די גרויסע מעמד הדלקה היינט נאכט אויפן דאך פון די מערה ביים ציון הרשב"י ווי פאלגענט: 8:00 וועט זיין תפילת מעריב, דערנאך וועט אויפטרעטן מיט דברי התעוררות הגרי"ד גראססמאן שליט"א רב מגדל העמק, תהלים: הגה"צ ר' שמואל רבינוביץ שליט"א רב הכותל, סליחות: הרב אביש ציינווירט שליט"א, קבלת עול מלכות שמים: כ"ק אדמו"ר מראחמסטריווקא שליט"א, און דערנאך 9:00 וועט מען אנצינדען די גרויס הדלקה דורך כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א, לכבוד התנא אלוקי רבי שמעון ב"ר יוחאי.


כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וועט היינט אנצינדען די הדלקה לכבוד ל"ג בעומר אין היכל רינה תפילה אין שיכון סקווירא מיט אן ענגע צאל מקורבים, און דערנאך וועט די מהדורה ארויפגעשטעלט ווערן אויף א טראק וואס וועט ארומפארן די גאסן פון שטעטל און די איינוואוינער וועלן זיך מיטפרייען בתופים ובמחולות.


מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א וועט היינט אנצינדען די הדלקה לכבוד ל"ג בעומר אין חצור, ווי די רבי האלט זיך אויף אויף אפרוה, אן די ציבור וועט עס מיטהאלטן דורך די טעלעפאון.


אין קרית בעלזא ירושלים, וועט הרה"צ ר' אהרן מרדכי רוקח שליט"א אנצינדען זעקס-און-צוואנציג פאקלען כנהוג וואס וועלן נאכדעם ארומפארן די גאסן פון קרית בעלזא און די איינוואוינער וועלן זיך מיטפרייען בתופים ובמחולות. אין קרית יואל האבן די עסקנים אויפגעפאדערט אז קיינער זאל נישט מאכן קיין אייגענע פייער בלי שום יוצא מן הכלל, כדי נישט גורם צו זיין אומזיסטע עגמת נפש און זייטיגע קאנצוקווענצן.


כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א וועט אפרעכטן דעם עריכת השולחן לכבוד היום, 10:00 בביתו נאוה קודש און אויפטרעטן מיט דברות קודש דורכ'ן טעלעפאן.

היינט קומט פאהר די 'שמחת הברית' פון ערשטע אייניקל ביי הגה"צ אבד"ק צמח דוד סקאליע שליט"א און נין כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א בן להרה"ג ברוך פנחס גאלדשטיין שליט"א חתן הגה"צ אב"ד נאסויד שליט"א - אין ביהמ"ד סקאליע אויף די אכצענטע עוועניו אין בארא פארק.

היינט קומט פאהר די דינער 'בשבתך בביתך' לטובת בנין ת"ת באבוב-45 אין לונדון. עס ווערט אפגעהאלטן אויפן טעלעפאן.