1/4

קרית סערט וויזניץ אין לעיקוואוד‎

מיט גרויס פרייד האבן חסידי סערט וויזניץ אין ניו יורק אויפגענומען די דראמאטישע אנטוויקלונגען איבער די הרחבת גבולי הקדושה, מיט די עפענונג פון די נייע 'קרית סערט וויזניץ' אין לעיקוואוד וועלכע וועט שטיין בנשיאות כ"ק הגה"צ ר' אהרן טובי' שפיץ שליט"א אדמו"ר מסערט-וויזניץ מלעיקוואוד שליט"א חתנו כבנו הרה"ק בעל ברכת אליעזר מסערט וויזניץ זצ"ל.

אין די יעצטיגע טעג טון זיך אריבערציען צענדליגע מפחות חסידי סערט וויזניץ צו די נייע קריה, וואו עס איז שוין פארהאן א פראכטפולע ביהמ"ד און מקוה און אלע צוגעהערן וואס עס פעלט זיך אויס פאר א אידישע שטאט און דעם קומענדיגן חמשה עשר באב הבעלל"ט, וועט זיך כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ מלעיקוואוד שליט"א אריבערציען צו די נייע 'קרית סערט וויזניץ' און מאציל זיין מהודו והדרו על עדת צאן מרעיתו. יהא בואו לברכה להרמת קרן התורה והחסידות ויאריך ימים על ממלכתו.