1/4

באריכט איבער יו"ט שבועות הבעלל"ט בחצרות הקודש

די הערצער פון גאנצן יהדות החרדית פאלטערן מיט פרייד און התרגשות, ווען דעם יו"ט וועט מען צוריק אריינגיין אין די בתי מדרשים און רוב אדמורי"ם וועלן צוריק אנהייבן אפרעכטן די שולחנות הטהרות כבימי קדם. 

בפרט שטייענדיג נאך אזא שווערע ביטערע תקופה, ווען כלל ישראל האט אזויפיל מיטגעמאכט און אזוי שווער געליטן, ובפרט פון דעם וואס די שערי בתי מקדש מעט זענען ליידער געווען פארשלאסן און מ'האט נישט געקענט זיך געהעריג צוזאמקומען דאווענען אין די בתי מדרשים און מיטהאלטן די עריכת השולחנות. הערשט אצינד א שפאנענדער רגש ביי ווען מ'גרייט זיך מיטצולעבן דעם געהויבענעם יום טוב, מיט אן התרוממות הנפש וחדוה עילאה, לשמוע אל הרנה ואל התפלה און מיטצוהאלטן די הייליגע טישן במשך די ימי החג בצילא דמהימנותא קדישא.



סאטמאר: נעילת החג וועט פארקומען אזוי פרי ווי 4:30 נאכמיטאג און מ'וועט זיין פארטיג ביים זמן ר"ת כדי צו םארמיידן בילדער כאפעריי וועלכע קען גורם זיין קאנסעקווענצן. לכבוד יו"ט וועט מען באנייען די פרישע צוגעבויעטע פליגל אויף דרום זייט פון ביהמ"ד וואס וועט באנוצט ווערן ספעציעל פאר די עלטערע יודן און יודן מיט געזונטהייט פראבלעמען. אזוי אויך ווערט איבערגעגעבן פון די עסקנים אז יעדער מתפלל זאל גיין אנגעטון מיט א מאסק אויפן פנים, קומען און גיין  צוביסלעך און נישט אויף איינמאל. ביי 'יזכור' וועט דער ציבור נישט שטיין אינדרויסן נאר אינערווייניג אויף אנדערע שטאקן פון בנין. אזוי ואיך האבן די עסקנים געבעטן אז אויב קומען ריפארטער זאל קיינער נישט צוגיין רעדן צו זיי. סקווירא: אין חצר הקודש סקווירא האט מען אויסגעשטעלט א ספעציעלע סדר ווער ס'קען מיטהאלטן וואס: אתייות ב', ג', ט', י', נ', ע = שחרית ערשטע טאג, טיש מיטל-נאכט. אותיות א', ז', מ', ק', ר', ש' = ערשטע מעריב, שבת מיטאג טיש, של"ס. אותיות ד', ה', ו', כ', ל', ס', פ', צ' = טיש ערשטע נאכט, ערשטע בייטאג טיש, שחרית יום ב'. בני כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א וועלן דאווענען אין די בניני המוסדות ווי זיי וועלן צי גיין הלל מוסף און אקדמות. די זקני אנ"ש פון 70 און העכער קענען קומען ווען ס'איז זיי לייכטער. שבת בייטאג די צווייטע טאג יו"ט ווען ס'איז אויך דא באווארפענס קענען קומען די חתן און די מחותנים און זיידעס און די ברידערס פון די חתן און כלה ווי אויך וועט איין חלק פון די ווייבער שול זיין אפן פאר די נשים מחותנ׳עסטעס און געשוויסטער פון די חתן און נשים וואס דארפן זאגן יזכור. באבוב: אין חצר הקודש באבוב וועלן אלע תפלות ועריכת השולחנות פארקומען אין ביהמ"ד הגדול. די בחורים אין עזרת נשים און די יונגעלייט אין היכל הביהמ"ד. אויף שלש סעודות און נעילת החג בעטן די עסקנים מיטצוברענגען אייגענע עסן און זיך וואשן אינדערהיים. באבוב-45: אלע תפלות ועריכת השולחנות וועלן פארקומען אין ביהמ"ד הגדול און אין די יעצטיגע טעג האבן די חסידים אריינגעשיקט ספעציעלע צעטלעך פאר די עסקנים. תיקון ליל שבועות און מוסף יו"ט ראשון וועט דער רבי דאווענען מיט די בחורים וואס זענען פלאצירט אין בנין המתיבתאץ טשערנאביל: פון חצר הקודש טשערנאביל איז געמאלדן געווארן אז דעם יו"ט שבועות וועלן נאר מיטהאלטן די חסידים וואס וואינען אין בניברק, אבער די חסידים פון אנדערע שטעט זאלן נישט קומען צו פארן נאר בלייבן איש על מחנהו ועל דגלו. די בחורים וועלן דאווענען עקסטער אין ישיבה און דער רבי שליט"א וועט קומען דאווענען 'קבלת שבת' מיט די בחורים. בעלזא: ערב יו''ט הארט פארן זמן וועט אין קרית בעלזא פארקומען די 'מעמד הכנסת שלשה ספרי תורה'. איינס וואס איז געשריבן געווארן מיט 30 יאהר צוריק בפקודת הק' פון בעלזער רב שליט''א לעילו נשמת די בעלזער רבי'ס זי''ע אין די בעלזער חסידים פארן קריג די צווייטער ספר תורה געשריבן געווארן מיט יאהרן צוריק לזכותו פון די אלע תורמים פונעם בנין ביהמ''ד הגדול אין קרית בעלזא די דריטע ספר תורה געשריבן דורך מרכז מוסדות בעלזא לזכותו פון בעלזער רב שליט''א. ווי געמאלדן איז היינט פארגעקומען די סיום כתיבות האותיות במעון קדשו פונעם רב און מארגן פארן זמן וועט די ספר תורה ארויס גיין פון מעון הקודש צום ביהמ''ד הגדול במהקלות רבבות אלפי חסידים. גור: שבועות ביינאכט וועלן געעפענט ווערן אלע בניני הישיבות אין אלע שטעט איבער ארה"ק ווי די בחורים וועלן קענען לערנען דורכאויס די גאנצע נאכט. צאנז: דער רבי שליט''א וועט דאווענען די תפילות פארנט פון מעון קדשו אין קרית צאנז און דער עולם וועט מיטהאלטן פונעם שטח פארנט פון ביתו נאווה קודש. אמשינוב: אלע תפלות ועריכת השולחנות וועלן געפראוועט ווערן ווי געהעריג. אין די יעצטיגע טעג האט מען צוגעבויעט א ריזן שאטער אויפן דאך פון בנין הביהמ''ד צו אקאמאדירן די פילע געסט אויף יו''ט באיאן: בפקודת הקודש פון רבי'ן שליט"א איז פארבאטן צו קומען פון חוץ לעיר און עס איז נאר ערלויבט פאר אנ''ש ירושלים מיטצוהאלטן דעם יו"ט ביים רבי'ן. תולדות אהרן: צוגעכלייגט 4 גאלעריע'ס אין אלע היכלי התפילות אין בנין וועלן זיין אפען מזאל זיך קענען צושפרייטן. אזוי אויך וועט מען דעם יו''ט באנייען א נייע מקוה טהרה בלויז אויף יו''ט דערנאך וועט מען צו ענדיגן מיטן בויען ביז ראש השנה ווען ס'ווערט געפראוועט ווערן די מעמד חנוכת המקוה טהרה דאראג: דעם יו'ט וועט באנייט ווערן א נייעם ארון קודש אין ביהמ''ד הגדול אזוי אויך וועט שבת פארקומען די עלייה לתורה פארן רבינ'ס אייניקל החותן זוהן ביי חתנו הרב ישראל פאנעט רחמיסטריווקא מב"פ: האד' מרחמיסטריווקא וועט אפרעכטן אלע תפילות אין טישן בבית מדרשו הגדול אין בארא פארק, די עלטערע יודן וועלן זיצן אין ווייבער שוהל אזוי אויך די בחורים צווייטן חלק אין עזרת נשים רחמיסטריווקא ירושלים: דער רבי שליט"א וועט נישט ארויסקומען צו די תפלות ועריכת השולחנות נאר ארויסקומען צום נעילת החג. מאקאווא: הגה''צ גאב''ד מאקאווא שליט''א וועט צום נאך 20 יאהר זיין אין מעזיבוז שבועות דאס יאהר וויילן במעון קדשו אין קרית אתא. טראצדעם וואס מ'האט פארן רב געשאפט די נויטיגע פערמיטן צו קענען אריינפארן קיין אוקריינא האט די רב דאס אפגעזאגט זאגנגיד אז קיינער קען נישט פארן וועט ער נישט זיין קיין יוצא מן הכלל אין וויילן מיט עדת צאן מרעיתו אין בית מדרשו אין קרית אתא