1/4

האדמו"ר מבאבוב: נישט ברענגען סעלפאנ'ס אין קעמפ!‎

כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א האט אויפגעטראטן מיט לענגערע פייערדיגע דברות קודש פון איבער א שעה צייט, מיט דברי הכנה לקראת ימי הקיץ, יעצט ביינאכט ביים סעודת הילולא פון זיידן הרה"ק ר' שלמה הראשון מבאבוב זי"ע. דער רב שליט"א האט א לענגערע צייט ארומגערעדט איבער די שעדליכקייט פון די טעכנעלאגישע כלים און איבערגעחזר'ט די שטרענגע תקנה אז קיין שום בחור טאר נישט האבן א סעלפאן אין זיין באזיץ און האט גאר שטרענג אויפגעפאדערט די בחורים נישט מיטצוברענגען א סעלפאן אין קעמפ. דערביי האט דער רב שליט"א געבעטן די הנהלת המוסדות צוצושטעלן גענוג און נאך היים-טעלעפאנען מיט גוטע סערוויס אז יעדע בחור זאל לייכט קענען צוקומען צו א טעלעפאן ווען ס'איז וויכטיג.


דערנאך האט זיך דער רב שליט"א שטארק באדאנקט פאר די עסקנים, מנהלים, מחנכים און טיטשער'ס פון בנות ציון וועלכע האבן אריינגעלייגט א געוואלדיגע ארבעט דורכאויס די שווערע טעג און זיך אוועקגעגעבן בלב ובנפש דורכאויס די לעצטערע חדשים אז די לימודים זאלן ווייטער אנגיין כסדרן אן קיין שטער. אזוי אויך האט זיך דער רב שליט"א באדאנקט פאר די עסקנים וועלכע האבן געארבעט איבערמידלעך ארום דאס עפענען די קעמפ סיטואציע. 

דאס קומט אין די זעלבע צייט וואס פארלאפענעם ראש חודש סיון האט דער רב שליט"א שטרענג אויפגעפאדערט נישט אריינצוברענגען א סעלפאן אין ביהמ"ד און זיך אויך אויסגעדרוקט: "דאס ביהמ"ד איז טעלעפאן ריין. דער וואס וויל האבן מיט זיך אן סעלפאן זאל ביטע נישט קומען דאווענען ביי אונז אין ביהמ"ד"... אזוי אויך איז 'מוסדות באבוב' געווען די איינציגסטע מוסדות וועלכע האט נישט געגעבן ערלויבעניש דורכאויס די ימי המגיפה אז תלמידים זאלן זיך באנוצן מיט סעלפאנ'ס, נאר האבן צוגעשטעלט ספעציעלע כלים פאר בחנם מיט די הילף פון נגידים בעם, וועלכע האט אוועקגעשטעלט א חומה בצורה פאר דעם יונגן דור נישט נאכגעשלעפט צו ווערן מיט די נסיונות הזמן.