1/4

טעגליכע נייעס באריכט מאנטאג במדבר


כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א וועט אויפטרעטן מיט א 'דרשת פתיחת הזמן' היינט 10:30 צופרי אין ביהמ"ד הגדול באבוב אין ב"פ וועלכע האט נעכטן זונטאג צוריק אויפגעעפענט די טויערן פון ביהמ"ד. די בחורי ישיב"ק אויבן אין עזרת נשים און בחורי ישיב"ג אונטן אין היכל הביהמ"ד.

כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א פון 48 וועלכע האט זיך אויפגעהאלטן די פארלאפענע וואכן אין מחנה סקאליע אין די קעטסקילס קערט זיך היינט צוריק למעונו אין בארא פארק.

כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהרי"י) איז הייט צופרי ערשינען צו תפלת שחרית אין ביהמ"ד הגדול אויף ראדני סטריט, צום ערשטן מאל זינט די עפעדעמיע, וואו עס האבן מיטגעדאווענט הונדערטע חסידים ובחורי חמד.

הרה"צ ר' שמואל מרדכי פארטוגאל שליט"א אב"ד סקולען בארא פארק קומט היינט אן קיין ארה"ק, וואו דער רב וועט זיך אויפהאלטן די קומענדיגע וואכן לכבוד די חתונה פון א קינד.

היינט נאכט געפאלט די יארצייט פון הרה"ק בעל תורת חיים מקאסוב זי"ע, מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א וועט אפרכעטן דעם סעודת הילולא בביתו נאוה קודש אין חצור, ווי דער רבי וויילט אויף אםרוה אין די יעצטיגע טעג.

היינט געפאלט די יארצייט פון הרה"ק בעל דמשק אליעזר מקאמארנא זי"ע, נכדו כ"ק אדמו"ר מקאמארנא שליט"א וועט אפרכעטן א שלחן הטהור לכבוד די יארצייט.

היינט געפאלט די יארצייט פון כ"ק אדמו"ר הרה"צ ר' מנחם מאנדרער זצ"ל מקאסוב ירושלים. די קינדער האדמורי"ם והרבנים שליט"א גייען ארויף צום ציון הק' אויפן הר הזיתים. די צענטראלע יארצייט סעודה קומט פאר בביתו נאוה קודש פונעם רבי'ן זצ"ל רחוב חגי 16.

עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון הכלה בת הרה"ג ר' מאיר צוויבל שליט"א רב ביהמ"ד קדושת יו"ט מיט החתן בן הרב מאיר סאקס שליט"א בן הרה"ג ר' שמואל דוד סאקס שליט,א מפשעווארסק-וומסב"ג.

עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן בן הרב אלימלך מיללער שליט"א פון בארא פארק, איידעם ביי הרב אהרן טווערסקי שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מהרנסטייפל זצ"ל, מיט די כלה בת הגה"צ ר' ישראל שנעעבאלג שליט"א אב"ד באלחוב ב"פ בן הגה"צ גאב"ד מאנטשעסטער שליט"א וחתן הגה"צ אבד"ק באדאישל זצ"ל.