1/4

טעגליכע נייעס באריכט דינסטאג חקת


כ"ק אדמו"ר מוויזניץ-בית שמש שליט"א קערט זיך היינט צוריק למעונו אין בית שמש נאכ'ן וויילן אין ירושלים פאר עטליכע טעג.


אין קהלת תולדות אהרן וועט היינט געפראוועט ווערן די יערליכע 'מעמד התחלת לימוד א' ב' פאר די דריי יעריגע קינדער, וואו דער רבי שליט"א לערנט די א' ב' מיט די קליינע קינדער - אין ביהמ"ד הגדול תולדות אהרן אין ירושלים.

שמחת השבע ברכות בבית סאטמאר – טעמעשוואר: קומט פאהר אויף א גרויסע פארנעם, קאמבאנירט מיט א 'סעודת הודאה' פאר די עלטערע יודן וואס האבן דורכגעלעבט די מגיפה און 'סיום ששה סדרי משנה' דורך חברי 'חבורת אהבת קדומים' - אין כתר ריזל זאל אין וויליאמסבורג.

שמחת בית צאנז זמיגראד: שמחת החתונה פון החתן בן הגה"צ אב"ד טעטש שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מצאנז זמיגראד שליט"א, מיט הכלה בת הרה"ג ר' חיים אלעזר עסטרייכער שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מסטריזוב זצ"ל - אין זאל עטרת גאלדא אין בארא פארק.

שמחת בית שאץ – קאסאן: עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר משאץ שליט"א פון מאנטריאל, החתן בן לבנו הרה"צ רבי אלעזר מאסקאוויטש שליט"א חתן הרה"צ ר' יענקל שיף שליט"א מליזענסק, מיט הכלה בת הגה"צ ר' משה בערגער שליט"א אדמו"ר מרודניק מאנסי בן הגה"צ רבי אליעזר ליפא בערגער שליט"א ממישקאלץ חתן כ"ק אדמו"ר מקאסאן זצ"ל, וחתן דודו הגה"צ רבי אפרים מרדכי קלוגהופט שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסטרעליסק שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מקאסאן זצ"ל.

שמחת בית ראחמיסטריווקא – קאלוב: עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן אור-אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, אייניקל ביים איידעם כ"ק אדמו"ר מבארניב שליט"א, בת לחתנו הרב יהושע העשיל טווערסקי שליט"א בן הרה"צ ר' מנחם נחום זצ"ל מראחמיסטריווקא, מיט די כלה אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר קאלוב שליט"א לרפו"ש בת לחתנו הרב אליעזר יונה גינזבערג שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מחוסט שליט"א.


שמחת בית סקווירא - ראחמיסטריווקא: עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן בן הרה"צ ר' פנחס טווערסקי שליט"א בן הרה"ק מסקווירא זצ"ל, מיט די כלה בת הרה"צ ר' יעקב יוסף טווערסקי שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א


שמחת התנאים פון החתן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א בן לבנו הרה"צ ר' יואל קאהן שליט"א אב"ד תוא"י לונדון חתן הגה"צ ר' שמואל בראנסדארפער שליט"א מו"ץ העדה"ח, מיט די כלה בת הרה"צ ר' דוד צבי האלבערשטאם שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסטראפקוב שליט"א חתן הגה"צ ר' מאיר בראנסדארפער זצ"ל בעל קנה בושם - אין זאל חינוך ירושלים אין ירושלים.

שמחת השבע ברכות פון החתן בן הרב ישראל משה האגער שליט"א בן הגה"צ ר' גרשון האגער שליט"א רב דביהמ"ד בית ישכר דוב סטראזיניץ אין לאנדאן, מיט די כלה בת הגה"צ ר' משה אליעזר ווייס שליט"א רב דקהל מחזיקי הדת ווינא, עסטרייך –אין היכל הישיבה אין שטאט ווינא, עסטרייך צוגעשטעלט דורך קהל מחזיקי הדת.

עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון צוויי אייניקלעך ביי הגה"צ ר' חנינא אברהם לייטנער זצ"ל אבד"ק מאנטיוואדעא, די חתן א זון ביי זיין איידעם הרב יהושע עהרנרייך שליט"א, מיט די כלה בת לנכדו הרב הערשיל בוכינגער שליט"א בן הרב אבא חייא בוכינגער שליט"א.

עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן בן הרב יוסף שיק שליט"א, מיט די כלה אייניקל פון הגה"צ רבי יצחק ישעיה ווייס שליט"א גאב"ד נוה אחיעזר בת הרב שמואל זולדן שליט"א מראשי ישיבה גדולה סערט ויז'ניץ חיפה בן הגה"צ רבי דוד שלמה זולדן שליט"א דומ"צ סערט ויז'ניץ חיפה.

היינט נאכט געפאלט די יארצייט פון הרה"ק מצאנז קלויזענבורג זי"ע, בנו מ"מ כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א וועט דאווענען פאר'ן עמוד, אזוי אויך וועלן טויזענטע אידן ארויפגיין צום ציון הק' אין שיכון וותיקים אין נתניה.

די אכטע יארצייט פון כ"ק אדמו"ר מנדבורנא חדרה זצ"ל, פילע אידן גייען ארויף צום ציון הק' אויפן הר הזיתים, בנו כ"ק אדמו"ר מנדבורנא לינסק שליט"א וועט אפרעכטן די יארצייט טיש בהיכל בית מדרשו אין וויליאמסבורג