1/4

התמנות ראשי הישיבות אין בעלזא‎

שטייענדיג נאך די הסתלקות פון הגה"צ ר' שמואל ראזענגארטן זצ"ל ראש ישיבות בעלזא בארה"ק, האט כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א אויפגענומען נייע ראשי הישיבות וועלכע וועלן שטיין אין שפיץ פון די ישיבות הקדושות אין אלע שטעט איבער גאנץ ארה"ק. אין ירושלים וועט דינען אלס 'ראש ישיבה' הגה"צ ר' אהרן דירענפעלד שליט"א בעמח"ס תורת הקנינים. אין בני ברק: הגה"צ ר' חיים צבי שפירא שליט"א ראב"ד מחזיקי הדת ורב קהל חסידים. אין חיפה: הגה"צ ר' בערל רעכניצער שליט"א דומ"ץ בעלזא-חיפה. אין אשדוד רובע ז': הרה"ג ר' מאיר רוזענגארטן שליט"א בן הגה"צ ר' שמואל זצ"ל. אין אשדוד רובע ג': הרה"ג ר' שלמה לעווינגער דומ"ץ בעלזא אשדוד.

אזוי אויך איז אויפגענומען געווארן בפקודת הקודש, א נייע ראש ישיבה איבער אלע ישיבות קטנות דחסידי בעלזא בארה"ק: הגה"צ ר' אהרן דירענפעלד שליט"א. אלס ראש ישיבה אין 'ישיבה גבוהה ברכת אהרן' פאר די עלטערע בחורים: הגה"צ ר' אברהם דירענפעלד שליט"א חבר הבד"ץ ודומ"ץ בעלזא-ב"ש. אין אנדערע נייעס ווערט געמאלדן אז דעם קומענדיגן שנת הלימודים תשפ"א וועט זיך עפענען אין בית שמש א פרישע 'ישיבה גדולה דחסידי בעלזא'.