1/4

טעגליכע נייעס באריכט זונטאג חקת


היינט קומט פאר די גרויסארטיגע 'מעמד עצרת התחזקות' פאר כלל בחורי סקווירא פון איבער גרעיטער ניו יארק און ניו דזערסי, ווי כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וועט אויפטרעטן מיט דברות קודש איבער זיך מחזק זיין אין די פארשידענע ענינים וועלכע זענען ליידער נתרשל געווארן דורכאויס די ימי המגיפה, די מעמד קומט פאר אין ביהמ"ד הגדול אין שיכון סקווירא.


מעמדי ה'חומש סעודה' פאר ילדי ת"ת סקווירא פון מאנסי און פון וויליאמסבורג, עס קומט פאר אין ביהמ"ד הגדול אין שיכון סקווירא בראשות כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.


עצרת הספד צו די פטירה פון כ"ק אדמו"ר מדברי אמונה זצ"ל, עס קומט פאר אין ביהמ"ד דברי אמונה אין מאנסי ווי הגה"צ רבי אברהם אייזען שליט"א אב"ד פוזנא וועט אויפטרעטן.


'סיום מסכת פסחים והתחלת מסכת ראש השנה' אין ראם פון חבורת 'אהבת תורה' פון קהילת בעלזא אין בארא פארק, די מעמד קומט פאר אין בעלזא זאל 'פרדס נח' אין בארא פארק.


כ"ק אדמו"ר מוויזניץ-בית שמש שליט"א וועלכע וויילט די טעג אין ירושלים בקרב חסידיו, וועט היינט אויפטרעטן מיט 'שיחת חיזוק' פאר די חסידים בבית מדרשו.


פארלאפענעם ליל שישי כחצות הלילה איז פארגעקומען די מעמד הנחת אבן הפנה פאר די נייע ביהמ"ד ברכת שלמה זוועהיל בנשיאות כ"ק אדמו"ר מזוועהיל ארה"ב שליט"א, די מעמד איז פארגעקומען ברוב פאר והדר בראשות דעם רבי'נס שווער כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וועלכע האט פארגעזאגט קאפיטלעך תהלים כנהוג און געגאסן די אבן הפנה.

שמחת בית תולדות אברהם יצחק - סטראפקוב: עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון אן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, החתן בן לבנו הגה"צ רבי יואל קאהן שליט"א אב"ד תולדות אברהם יצחק לאנדאן, מיט הכלה אן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מסטראפקוב שליט"א בת לבנו הגה"צ רבי דוד צבי הלברשטאם שליט"א אב"ד סטראפקוב ירושלים.


שמחת בית קאסאן - שאץ: עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון אן אור-אייניקל פון כ"ק אדמו"ר משאץ שליט"א פון מונטריאל, החתן בן הרה"צ ר' יעקב אריה ראטענבערג שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מקאסאן-לונדון שליט"א חתן הרה"צ ר' נחום מאסקאוויטש שליט"א, מיט די כלה אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מקאסאן שליט"א בת לבנו חביבו הרה"צ ר' יעקב נפתלי ראטענבערג שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מקאליש זצ"ל.


די לעצטע שבע ברכות בבית ראחמיסטריווקא – וויזניץ-מאנסי – סוליצא, אינאיינעם מיט די מעמד 'חנוכת המקוה', פאר די נייע מקוה וואס מען האט געבויעט אין די וויזניצ'ע ישיבה קטנה אין קרית - אין היכל הישיבה אין קרית קאשוי, בעדפארד היללס.


צאנז: שמחת הברית פון אן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, בן לבנו הגה"צ רבי קלמן הלברשטאם שליט"א חתן הגה"צ אב"ד דזיקוב זצ"ל, די שמחה קומט פאר אין ביהמ"ד צאנז אין בארא פארק.


שמחת בית באבוב-45 - נעפלעמיץ: שמחת התנאים פון החתן בן הרה"ג רבי אריה ליבוש טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד נעפלעמיץ שליט"א חתן הגה"צ רבי ליפא טייטלבוים שליט"א אב"ד בית אהרן, מיט הכלה אן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א בת לבנו בכורו הרה"צ רבי יוסף אונגער שליט"א ראש ישיבה קטנה ד'באבוב-45 חתן הגה"צ רבי שמעי' לעוו שליט"א - אין ביהמ"ד הגדול באבוב-45 .


שמחת התנאים פון אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מהרי"ד מלעלוב שליט"א בן לבנו הרה"צ רבי יעקב בידערמאן שליט"א, מיט הכלה בת הרה"ג רבי מרדכי הערבסט שליט"א, די שמחה קומט פאר אין רמ"א זאל אין ירושלים.


שמחת השבע ברכות פון החתן בן הגה"צ ר' דוד שווימער שליט"א דומ"ץ וויזניץ-בית שמש, מיט די כלה בת הגה"צ ר' משה בראנסדארפער שליט"א גאב"ד היכלי הוראה - אין אן עלעגאנטע זאל אין ירושלים, צוגעשטעלט פאר נגידי ותומכי היכל הוראה.

עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן בן הרב אהרן יקותיאל פריעדמאן שליט"א בן הגה"צ ר' הערשיל פריעדמאן שליט"א חתן הגה"צ אבד"ק שארמאש וומס"ב שליט"א וחתן הגה"צ ר' זלמן לייב רובין שליט"א אב"ד דינוב קרית יואל, מיט די כלה בת הרב יצחק האלבערשטאם שליט"א בן הגה"צ ר' אברהם האלבערשטאם שליט"א ראש הכולל טארטיקוב וחתן הגה"צ ר' נתן דוד ראזענבערגער שליט"א אבד"ק גמזו.


עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן בן הרב מנחם נחום הלוי טווערסקי שליט"א בן הגה"צ ר' חיים הלוי טווערסקי זצ"ל מטשערנאביל-ב"פ וחתן הגה"צ ר' שמעון אלטר שפירא זצ"ל, מיט די כלה בת הגה"צ ר' אהרן צבי טויב שליט"א אבד"ק ערוגת הבושם באלטימאר.


עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן בן הרב חיים אברהם זילבער שליט"א בן הגה"צ ר' מנחם זכרי' זילבער שליט"א אבד"ק פריימאן וראב"ד התאחדות הרבנים וחתן הגה"צ ר' משה הוס שליט"א, מיט די כלה בת הגה"צ ר' אהרן קרויס שליט"א אבד"ק בית שמואל.


עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן בן הרה"ג ר' אברהם ברוך סעקולא שליט"א בן הגה"צ אבד"ק סאדאוונא שליט"א חתן הגה"צ אבד"ק בעסערמין זצ"ל, מיט די כלה בת הגה"צ ר' דוד מאגרעטען שליט"א רב ד'קהל בית ישראל מאנסי.


שמחת הנחת תפילין פון און אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, נכד לחתנו כ"ק אדמו"ר מזוועהיל שליט"א הבחור בן הרה"ג ר' יעקב לייב גאלדמאן שליט"א בן הרב יעקב ישעי' גראס שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מהאלמין שליט"א - אין היכל רינה תפלה אין שיכון סקווירא.


היינט נאכט געפאלט די יארצייט פון הרה"ק בעל לב שמחה מגור זי"ע, בנו כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א וועט דאווענען פאר'ן עמוד אין ביהמ"ד הגדול אין ירושלים, צוליב די שווערע מצב וועט מאן היי נישט צושטעלען קיין מאסן טראנספארטאציע וועלכע זאל פירן דעם ציבור צום ציון הק' אויפ'ן הר הזתים.