1/4

נישטא קיין בין הזמנים אין צאנז‎

היינטיגן מאנטאג האבן זיך געעפענט די טויערן פון אלע תלמידי תורה דחסידי צאנז איבער גאנץ ארץ ישראל לויט די רעגולאציעס פון משרד הבריאות, אזוי אויך האבן זיך נעכטן געעפנט די היכלי הישיבות. בהוראת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א וועלן די בחורים נישט אהיימגיין דעם חודש אב אויף בין הזמנים, נאר די סדרי הישיבה וועלן ווייטער אנגיין כסדרן ביז סוף חודש אלול.