1/4

הכתרת הדיינים אין בעלזא‎

אין קרית בעלזא איז היינט פארגעקומען די מעמד ההכתרה פאר הגאון רבי שמאי גראס לאנגיעריגער דיין אין קהל מחזיקי הדת בעלזא ווי ער איז אויפגענימען געווארן אלס חבר הבד''ץ אזוי אויך האט מען מכתיר געוועהן הגה''צ רבי חיים צבי שפירא אב''ד קהל חסידים בני ברק אלס ''ראב''ד הקהילות'' דחסידי בעלזא. 

אין אנדערע נייעס איז כ"ק האדמו"ר מויזניץ פון מרכז היינט אנגעקומען קיין ירושלים אויף א פריוואטער באזוך ביים שוואגער כ''ק האד'  בעלזא שליט''א דערנאך אויפגענימען קהל חסידיו לקראת יו''ט שבועות אזוי אויך הרה''צ יצחק ישעי' הגר בן מרן אדמור מויזניץ היינט אריין צום פעטער בעלזער רב איינצולאדענען צום חתונה פון בנוט החתן קומענדיגע וואך