1/4

פתיחת בתי מדרשים אין לעיקוואוד‎

א לעצטע מינוטיגע אסיפת הרבנים אויפן טעלפאון איז פארגעקומען די פארגאנגענע ערב שבת קודש בהר בחקתי נאכמיטאג ווי עס האבען זיך באטייליגט די ראשי הישיבה פון לעיקוואד און נאך פילע רבני העיר לעיקוואד, צווישען אנדרע האט הגאון הגדול רבי מלכיאל קאטלער שליט"א נאכאמאל ווידערהוילט זיין שטעלונג וואס ער האט שוין משמיע געווען די לעצטערע וואכען, אז די בתי מדרשים און שטאט קענען זיך עפענען צום דאווענען - און איינקלאנג מיט די סאושעל דיסטעסינג רעגלאציע"ס.


דאס קומט נאכדעם וואס געוויסע עסקנים און שטאט האבען מפרסם געווען אז צוליב ליגאלע אנגעלעגנהייטן, זאל מען ווארטן אויפן גאווענער כדי צו קענען עפענען די בתי מדרשים.

די אסיפת הרבנים וראשי הישיבה קומט נאכדעם וואס די פארגאנגענע ערב ל"ג בעומר איז פארגעקומען א אסיפת הרבנים פון די חסידישע רבנים און שטאט וועלכע האבען באשלאסען צו עפענען די בתי מדרשים און אנקלאנג מיט די רעגלאציע"ס אזוי עס איז שוין געטוהן געווארן און אלע היימישע שטעט