1/4

אסיפת עסקנים איבער חתונות אין קלענערע זאלן‎

ווי געמאלדן האבן זיך צענדליגע עסקני הקהלות צוזאמגענומען היינט נאכמיטאג אויף א וויכטיגע אסיפה, איבער די ווייטערדיגע אנטוויקלונגען איינצוצוימען די גרויסע חתונה הוצאות דורכ'ן חתונה מאכן אין קלענערע זאלן. ביים מעמד האט אויפגעטראטן הגאון ר' חיים שמערלער שליט"א ראש ישיבת חיי תורה. 

צווישן די צענדליגע עסקני הקהלות וועלכע האבן זיך באטייליגט ביים כינוס זענען געווען: גור, בעלזא, צאנז, ויזניץ, באיאן, קרלין סטולין, סלונים, דושינסקי, תולדות אהרן, רחמסטריווקע, ערלוי, נדבורנא, סערט ויזניץ, ביאלה ב"ב, סדיגורא, באבוב, לעלוב, ויזניץ מרכז, ביאלה, אלכסנדר, מודזיץ, ברסלב - מאירת עינים, פינסק קרלין, סטמער, לוצק, טשכנוב, סאסוב, תולדות אברהם יצחק, זווהיל, שומרי אמונים, מחנובקה בעלזא, סלאנים, טשרנאובל, קרעטשניף