1/4

בריוו פון אדמורי"ם צום גאווענער‎

נאכדעם וואס גאווענער קאומא האט היינט געמאלדן אז דעי קעמפס וועלן זיך קענען עפענען פון דעם קומענדיגן ז' תמוז, ווערט אויפגעדעקט איבער א בריוו וועלכע איז געשריבן געווארן צום מעיאר דורך א רייע גדולי אדמורי"ם פארלאפענעם ערב שבועות. אינעם בריוו וועלכע איז אונטערגעחתמ'ט געווארן דורך האחים האדמורי"ם מסאטמאר, מונקאטש, וויזניץ-מאנסי, וויזניץ-וומסב"ג, פאפא, באבוב-45 און וויען שליט"א האבן די עיני העדה ערקלערט פאר'ן גאווענער איבער די וויכטיגקייט פון צוריק עפענען די בתי חינוך אויפן זוממער. אין אנדערע נייעס ווערט אויך אנדעקט אז די שארפע דעקלעראציע פון פרעזידענט טראמפ צוריק צו עפענען די בתי מדרשים, איז געקומען אין רעאקציע נאך א טעלעפאן-געשפרעך פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א) מיט ווייסע הויז געהילפן. 

פאלגענד איז די אינהאלט פונעם היסטארישן בריוו מיט א פרייע אידישע איבערזעצונג:

אנהייב דעם בריוו טון זיך די גדולי ישראל ווארעמהארציג באדאנקען פאר'ן גאווענער פאר די פירערשאפט און די וויזיע וואס ער האט ארויסגעוויזן דורכאויס די קריזיס און פאר'ן זיך אפגעבן מיט געטריישאפט פאר אידן און פאר אלע ניו יורק'ער דורכאויס די שרעקליכע עפעדעמיע.

דערנאך שרייבן זיי אז דינענדיג אלס רבי'ס וואס פירן אן גרעסערע קהלות טוהן זיי באהאנדלען טעגליך פארשידענע אומאנגענעמע קאנצוקווענצן וואס די ביז יעצטיגע לאקדאון האט פאראורזאכט פאר די יודישע געמיינדע. יעדן טאג הערן מיר איבער די חורבנות וואס איז געשאפן געווארן אינערהאלב די קשר צווישן עלטערן און זייערע קינדער, גאר שווערע פארלוסטן אין פרנסה, און בפרט ווען עס איז געשאפן געווארן א צוזאמבראך אין די חינוך הדורות און א ברעיקדאון אויף אלע רעלוגיע אנגעלעגנהייטן וואס האט אלעמאל געדינט אלס א קוואל פון חיזוק אין די שווארצע צייטן.

מיר שטייען יעצט נאך דעם יו"ט שבועות וואס ווערט געפייערט דורך אידן ווען עס איז אונז געגעבן געווארן די תורה און מצוות. איינע פון די חשובסטע מצוות איז לערנען תורה. מיר ווענדן זיך יעצט צו אייך מיט א דרינגענדע רוף וועלכע רירט צו צום שורש פון אונזער רעליגיע – דאס איז די חינוך פון אונזערע קינדער. לערנען תורה איז א גאר וויכטיגע טייל אין אונזער רעליגיע און איז א חיוב וואס רעליגיע איז מחייב פאר יעדן אמתע תורה'דיגע יוד. טרו תורה דזוס. מיר האבן א חיוב, א מצוה צו לערנען און חזר'ן די תורה א גאנצן טאג דורכאויס דעם גאנצן יאר. אונזער רעלוגיע לימודים פארלאנגען געלערנט צו ווערן אויך סוף וואך – אין די וויקענד'ס – און אויך דורכאויס די זוממער חדשים.

אונזער הייליגע תורה איז געבויעט אויף א רייכע מסורה פון טויזענטער יאר צוריק אויף אן אומצובראכענעם קייטל און איז געבויעט איבערצוגעבן תורה של בע"פ פון א רבי'ן צו א תלמיד און איבערחזר'ן און זיך מפלפל זיין מיט חברותות. תלמידים זענען מקבל פון גאר חשובע מחנכים וואס ווערן אויפגענומען מיט אחריות דורך די הנהלה געבויעט נישט נאר אויף זייער קענטעניסן נאר אויך אין זייער טאלאנט און פעהיגקייטן. דאס איז די סיבה פארוואס די קשר צווישן דעם רבי'ן מיט'ן תלמיד איז אזאך וואס איז אזוי וויכטיג אין די יודישע רעליגיע.

די מעטאדן ווי אזוי אונז יודן טון מחנך זיין אונזערע קינדער איז חרוב געווארן ביי די יעצטיגע עפעדעמיע, ספעציעל וויבאלד לערנען אפגעשיידט איינער פונעם צווייטן איז א גרויסע שטער פאר די יודישע חינוך. דאס באנוצינג פון אינטערנעט און אנדערע טעכנעלאגישע כלים איז גאר שטרענג פארבאטן ביי אונז פאר נישט ביזנעס צוועקן און איז זיכער סתם אזוי שעדליך פאר קינדער. דאס האט אונז איבערגעלאזט מיט די איינציגסטע ברירה צו לערנען מיט די קינדער אויפן טעלעפאן, אבער דאס האט אפגעהאלטן די פרעזענליכע קשר צווישן די מחנכים און די קינדער, און צווישן די קינדער מיט זייערע חברותות וועלכע איז אזוי קריטיש וויכטיג פאר די יודישע חינוך. דאס לערנען אויפן טעלעפאן איז אויך געווען אומפראקטיש פאר אונזער קינדער וואס קומען פון קינדער-געבענטשטע פאמיליעס וועלכע וואוינען אין קווארטלעך צווישן די געמיינדע און עס איז זייער שווער אז יעדעס קינד זאל זיך קענען טרעפן א שטילע פלאץ ווי צו לערנען.

אונזער עקספיריענס דורכאויס די עפעדעמיע האט אונז געוויזן אז די סארט מהלך הלימוד איז ווייט נישט קיין עצה און איז גאר א שטער פאר אונז, זיך ווייטער צו פירן מיט אונזער רעליגיע דורכ'ן לערנען תורה.

ס'איז ווייטאגלעך אז די חינוך פון אונזערע קינדער האט געליטן גאר אסאך פראבלעמען און האט אנגעברענגט א שרעקליכע דרוק און סטרעס אויף אונזערע פאמיליעס. מענטל העלט פראפענסינאלן זאגן אונז אז די פארלאפענע וואכן האבן פאראורזאכט א ערענסטע שאדנס אויף באדייטענע טייל פון די נפשיות'דיגע געזונטהייט. מיר האבן זייער מורא אז מיר וועלן פארלירן א גרויסע חלק פון דעם קומענדיגן דור, און מיר מוזן פארזיכערן אז דאס וועט נישט פאסירן.

רעלוגיע איז אן עסענסיעל סערוויס פאר די געזונט פון די געזעלשאפט און דערפאר בעטן מיר די ערלויבעניש ווייטער צו קענען ממשיך זיין און לערנען אונזערע רעליגיע לערנונגען וועלכע איז נאר שייך דורך א מלמד זאל פארלערנען פאר די תלמידים און עס חזר'ן בחברותא. ווי פארשטענדליך זענען מיר גרייט אויסצופאלגען אלע זיכערהייט רעגולאציעס כדי צו פארמיידן א פארשפרייטונג. אונזער ישיבה אדמינעסטראטער זענען גרייט צו ארבעטן מיט די שטאט באאמטע און איבערגיין די זיכערהייט פלענער.

מיר זענען גליקלעך מיט די רעלוגיע פרייהייט אין די פאראייניגטע שטאטן. אונזערע קהלות אין ניו יורק זענען געבויעט געווארן דורך די יודן וואס האבן איבערגעלעבט דאס אויס-ראט פון די יודן אין איירופא. אין ניו יורק האבן מיר נישט נאר איבערגעלעבט, נאר עס איז געגעבן געווארן די מעגליכקייט ווייטער אנצוהאלטן אונזער יודישקייט אן קיין שטער, אויף די זעלבע דרך וואס עס איז געווען אויסגעטראטן מיט טויזענט יאר צוריק.

מיר ווענדן זיך צו דיר, גאווענער קאומא, אלס אן אלטן גוטן פריינד צו אונזער געמיינדע, אונז צו געבן די ערלויבעניש, צו קענען מחנך זיין אונזערע קינדער, און ווייטער אנהאלטן אונזערע קהלות און רעליגיע אנגעלעגנהייטן, לויט די מעטאדן וואס זענען אוועקגעשטעלט געווארן לויט אונזער קולטור און מסורה. ביים צולאזן אונזער לימודים רעקאמענדאציעס לויט אונזער אור-אלטע טראדוציע, וועסטו נישט נאר צוהעלפן אנצוהאלטן אונזער מסורה, דו וועסט אויך העלפן אונזערע קינדער, צוריקשטעלן אונזערע פאמיליעס און צוריק אויפבויען די קהלות.

מיט אונזער ברכה פאר דיין געזונט און הצלחה.